חופשת קיץ
פֿון װיקיפּעדיע
ביטע לייגן אינטערשפראך לינקן (פֿארבינדונגען), קודם צו דער הויפט וויקיפעדיע (דער ענגלישער וויקיפעדיע) און\ אדער דערנאך צו דער העברעישער וויקיפעדיע
חופשת קיץ איז דער נאמען פון א דראמאטישע ישראלישע פילם וואס דערציילט איבער דער חרדישער ליטווישער לעבן. די הויפט אקטיארס זיינען אסי דיין וואס שפילט אלס דער ראש ישיבה, שרון הכהן בר שפילט אלס זיין ווייב, און אילן גריף שפילט אלס זייער קינד. דער רעזשיסאר פון דאס פילם איז דוד וולך וואס איז א געוועזענער ירושלמער ליטווישער יונגערמאן וואס האט געלערנט אין פאנאוויטש און וווינט היינט אין תל אביב.
די פרעמיערע פון דאס פילם איז דערשינען אקטאבער 13 2006 ביים חיפה פילם פעסטיוואל פארמעסטונג. אויך וועט די פילם זיין ביים טרייבעקא פילם פעסטיוואל פארמעסטונג.
[בעאַרבעטן] דאס פילם ביים פארמעסטונג
דאס פילם האט זיך מיטגעטיילט ביים פארמעסטונג אין "חיפה פילם פעסטיוואל". און די ריכטערס האבן דאס באלוינט אלס די בעסטע פילם, און האבן געשיינקט פאר דער רעזשיסאר "דוד וולך" א סומע פון 30,000 שקל, אבער רוב צוזעער האבן אויסגעקליבן דאס פילם "תנועה מגונה" אלס די אויסדערוועלטע פילם פון דער פעסטיוואל.