ישראל האגער
פֿון װיקיפּעדיע
ר' ישראל האגער שליט"א, איז דער עלסטער זון פון ר' משה האַגער וויזניצער רבי פון בני ברק.
ער איז געווען זייער באליבט ביי זיין גרויסער זיידען ר' חיים מאיר האַגער די "אמרי חיים", די זיידע האט איהם באקרוינט אלס רב אין וויזניצער בית מדרש אין בני ברק. נאך די פטירה פונ'ם זיידע'ן אין יאהר תשל"ב איז ער געווארן רב אין קרית ויזניץ בני ברק.
אין יאהר תשמ"ג איז ער געווארן פאטריבען דורך זיין טאטען אויף אכצען יאהר, דורך פארשידענע סיבות, מען האט געזאגט אז די סיבה איז ווייל ער האט אנגעהויבן צו בארגן גרויס געלט פון עשירים און די טאטע האט זיך זייער באנג געטאן אז זיין זון בארגט אן קיין חשבון האט ער אים ארויסגעווארפן פון שטוב, אבער רוב עולם האט געוואוסט אז דאס איז נאר סתם א תירוץ (בפרט אז יעדער ווייסט אז די געלט וואס ער האט געבארגט איז אלעס געגאנגען לצרכי צדקה וחסד), די ריכטיגע סיבה ווייסט קיינער נישט.
במשך זיינע גלות-יאהרען האט ער קיינמאל נישט געלאזט פאלען א ווארט קעגען זיין טאטע אדער מאמע, נאר להיפך, שטענדיק האט ער גערעד מיט גרויס יראה אין כבוד פון זיין טאטע, אין געזאגט בענוותנותו אז ער איז אנגעקומען צו די מצב וועגען זיינע אייגענע זינד, במשך די אלע יאהרען האט ער ארויסגעוויזען א נישט נארמאלע אמונה און בטחון אין גאט, אז ער וועט זיכער זוכה זיין צוריק צוקומען צו זיין טאטע.
אין תשרי תשס"ב האט מען איהם צוריק גענומען.
ער איז געווען באוואוסט אלע יאהרען פאר א גרויסע עובד ה', ערליכער איד, אין א בעל מידות.
די לעצטע יאהרען פירט ער באטע'ס פאר חסידים, אין איז מקבל אידען פאר עצה און ברכה. געוויסע חסידים זענען מעיד אז מיט זיין הנהגה דערמאנען זיי זיך די זיידע די "אמרי חיים".
ער גיט איבער זיין ברכה ביי מעמדים אין כינוסים פון יהדות החרדית אין ארץ ישראל.