מאנסי פלייש סקאנדאל
פֿון װיקיפּעדיע
די מאנסי פלייש סקאנדאל האט פאסירט אין די שטאט מאנסי, ניו יארק אין חודש אלול תשס"ו.
אינהאַלט |
[בעאַרבעטן] שבח פלייש
אין הצלחה גראסערי אין מאנסי איז געווען א פלייש געשעפט וואס האט געהייסען שבח מיעט וואס איז געווען אנגעפירט דורך משה פינקעל וואס ער האט אפגעדינגען א פלאץ ביי הצלחה גראסערי דארט צי פארקויפען זיין פלייש, שבח האט געקויפט פון אידישע שעכט הייזער ווי, וויינלאנד פלייש, קרית יואל פלייש, אין שבח האט דאס איבערגעפאקט ביי זיך אין געשעפט אין ארויפגעשריבען אויפן פעקל זיין אייגענעם לעיבעל און פון ווי די פלייש קומט.
אויך איז ער געווען זייער גרויס אין האלסעיל ווייל רוב קעטערערס אין שמחה זאלען אין מאנסי האבן גענומען זיין פלייש ווייל ער האט געגעבן א ביליגע פרייז.
אזוי איז דאס אנגעגאנגען א שיינע פאר יאר.
[בעאַרבעטן] משה פינקעל
משה פינקעל איז געווען די בעה"ב פון שבח מיעט ער איז א שטענדיגע מתפלל און ביהמ"ד פון הרב זימערמאן, ווי ער האלט זיך פאר א שיינע איד וואס לערנט פאר דף היומי און איז א בעל תפילה ימים נוראים אויך איז ער א בארד מעמבער פון ישיבה ספירנג וואלי.
נאך די מעשה פון די פלייש איז באוויסט געווארען האט אים זיין ווייב אפגעגט.
[בעאַרבעטן] השגחה
ער האט געהאט א אייגענע השגחה פון א רב הרב שלמה מרדכי ברעסלויער פון מאנסי, וועלעכע פלעגט אריינקומען יעדע שטיק צייט, זיין משגיח איז געווען הרב שלמה אולמאן.
הרב ברעסלויער האט געהאט א שטארקע נאמנות אין משה פינקעל זייענדיג פארגלייבט אין זיין ערליכקייט צוליב זיינע שיעורים אין זיין דאווענען.
און נאך די שרעקליכע פאסירונג האט הרב ברעסלויער אויפגעהערט געבין הכשרים נאכדעם וואס עס איז ארויסגעקימען אזא מכשול דורך אים וואס א פרימער איד האט אים אזוי אפגענעהרט.
[בעאַרבעטן] פארקויפט טריפה פלייש
זענדיג אז אסאך קאסטימערס פארלאזען זיך אויף אים בלינדערהייט אין עס איז זיי נישט קיין חילוק פון ווי די פלייש קימט האט ער אנגעהויבען ציביסלעך אריין ציברענגן נישט גלאט פלייש אין עס איבערפאקען אין ארויפשרייבן אויפן לעביל כשר גלאט, און שפעטער האט ער שוין אריינגיברענגט טריפה פלייש און ארויפגעשריבען כשר!.
זעהענדיג אז די ביזנעס איז גיט, ווייל טריפה פלייש איז אסאך ביליגער ווי כשר פלייש און ער האט עס פארקויפט פאר די פרייז פון כשר פלייש, האט ער ציביסלעך אריינגעברענגט מער אין מער טריפה'נע פלייש אין געשארט אסאך געלט.
[בעאַרבעטן] אויפדעקונג
אין די לעצטע צייטן האבן אסאך פרויען באמערקט ווען זיי האבן געקאכט פלייש אדער געמאכט א טשיקען זיפ אז די פלייש איז נישט געזאלצען אין ווען זיי האבן געפרעגט משה פינקעל וואס גייט פאר? האט ער גענטפערט אז קרית יואל פלייש האט געטוישט זייער זאלץ, אבער קיין איינער האט נישט געחלומט אז מען רעדט דא פון טריפה'נע פלייש!
לעצטענס האט ער זיך ציאמפערט מיט די קרית יואל'ע שחיטה וועגן געלט זאכען, האבן זיי אים אויפגעהערט צי שיקען פלייש אבער ער האט ווייטער פארקויפט טריפה פלייש אין געשריבען אויפן לעביל "כשר-קרית יואל".
איינע פון די בעל הבתים אין הצלחה האט אבער געכאפט א שמועס מיט זיינס א קרוב וואס ארבייט אין די קרית יואל שעכט הויז און דער פון קרית יואל פרעגט אים: פון ווי באקימט שבח מעיט זייער פלייש זייט אונז שיק מיר עם מער נישט? ענטפערט די בעה"ב פון הצלחה: וואס הייסט?! ער פארקויפט געהעריג ענקער פלייש!
האט מען אנגעהויבען צי שמעקן אז עפעס גייט דא פאר, זענען די צוויי געגאנגען און געשעפט און באטראכט די פלייש, און דער פון קרית יואל ריפט זיך גלייך אן דאס איז נישט אינזער פלייש!!.
האבן די אנפירערס פון די הצלחה גראסערי אריבעגעריפען אפאר שוחטים און דער בעל מכשיר מיט אינגעלייט און אויפגעבראכן די פריזער פון שבח מיעט און געטראפען דארט 15 באקסעס פון טריפה און נבילה פלייש וואס געווען גרייט איבערגעפאקט צי ווערן אלץ כשר פלייש ר"ל.
האבן די בעה"ב פון הצלחה גלייך געריפען די רבנים פרעגען וואס מען זאל טאן, די רבנים האבן גלייך געפסקנט אז די פלייש איז הינדערט פראצענט טריפה אין יעדער וואס האט די פלייש דארף עס ארויסווארפן (וואס הצלחה גראסערי האט געגעבן א ריפאנד ווער עס האט צירוק געברענגט די פלייש) און יעדער מיז כשר'ן אין גליען די כלים און וואס מ' האט געניצט די פלייש.
[בעאַרבעטן] אידישע וועלט שאקירט
אין די אידישע וועלט איז מען שאקירט הערענדיג אזא שוידערליכע מעשה פון א איד וואס האט מכשיל געווען אידען מיט נבילות וטריפות, עס איז נאך נישט געווען אזא מעשה אין די היסטאריע פון כלל ישראל, מען האט שוין געהערט אז עמי הארצים און אומוויסענדע קצבים האבן מכשיל געווען אידען אבער אז א פרימע איד וואס לערנט פאר שיעורים דאווענט פארן עמוד קלאפט זיך על חטא זאל אזאנס אפטאן האט מען נאכנישט געהערט.
[בעאַרבעטן] פסק פון די רבנים
לויט די פסק פון די רבנים האט מען געדארפט כשר'ן אלע טעפ, עסצייג, געשיר, וואס מען האט געהאט א בארירונג מיט די טריפה'נע פלייש וואס מען האט געקויפט ביי שבח נישט קיין חילוק ווי לאנג צירוק ווייל זיי האלטען אז די שווינדעל ציט זיך שוין יארען.
געוויסע געשיר האט מען געמיזט גענצליך ארויסווארפען ווייל מען קען דאס נישט כשר'ן אין אויך האט מען דאס נישט געמעגט פארקויפן ווי למשל אויף איבעי ווייל עס איז אסור בהנאה און עס איז פארלוירן געגאנגען אסאך אידיש געלט.
א הַאט פלעיט, קראַק פאַט, קען מען נישט גליען און מען האט עס געדארפט ארויסווארפן.
אויך האבן געוויסע מענטשען געדארפט טוישען די גאנצע קאך אויב עס איז געמאכט פון גרעניט שטיין.
[בעאַרבעטן] צייט פונעם סקאנדאל
אין אנפאנג האט ער זיך נאר מודה געווען אז נאר אין די לעצטע צוויי טעג האט ער געמישט פלייש אבער אזוי ווי ער האט פארלוירן זיין נאמאנות און נאכדעם וואס די רבנים האבן געזען אז זיינע בילס שטימען שוין נישט איבער פינעף יאר האבן זיי געפסקנט אז אלע זיינע יארן זענען די הלכה ווי טריפה פלייש,
[בעאַרבעטן] רעגירונג אויספארשונג
די רעגירונג ניו יארק סטעיט אגריקאלטור איז גלייך אראפגעקומען אין קאנסיפיקירט פון זיין געשעפט 15 באקסעס פלייש און גענומען פאר אויספארשונג און טאקע פעסגעשטעלט אז די פלייש איז קיינמאל נישט געווען געזאלצען און איז טריפה פלייש, און עס איז נאך אלץ אינטער אויספארשונג פון ווי ער האט גענומען די פלייש, און ווי לאנג עס האט אנגעהאלטען, און ווער עס האט אלץ אים ציגעהאלפען.