הילף:מערסטע געפרעגטע פראגעס
פֿון װיקיפּעדיע
מערסטע געפרעגטע פראגעס איז א צוזאמקלויבונג פון אלע פראגעס וואס איר קענט אייך נאר באגעגענען וועלענדיג זיך אנשליסן אין ווקיפעדיע, רוב חברים זענען שוין דורך כמעט די אלע פראבלעמן. דא איז א ליקוט פון אלע שאלות ותשובות וואס זענען שוין דורכגעשמועסט געווארן אין די רעדן בלעטער פון די באנוצער. ביטע אראפשרייבן שווערע פראגעס וואס עגבערן אייך אויך כדי די רבים זאל קענען האבן נוצן דערפון.
[בעאַרבעטן] וויקיפעדיע
[בעאַרבעטן] וואס איז דאס א וויקי?
דער אויפטו פון וויקי סאפטוועיר באשטייט בעיקר אז עס פאראייניגט פארשידנארטיגע און קעגן זייטיגע מיינונגען.
עס הייסט נאך א יאפאנעזיש ווארט וואס מיינט שנעל.
וויקי איז אַ קאָמפּיוטער פּראָגראַם געווידמעט ספּעציעל צו ערייכען דעם ציל פון אויספארעמען א צוזאמגעשמאלצענעם דעה פון פון פארשידארטיגע מענטשן, עס געבט די כוח פון רוב דעות אויסצומעקן און פארעכטן די טעות'דיגע פאלטשע פּערזענליכע איינזייטיגע אינפאָרמאַציע וואָס פארדרייען דעם אמת. ווייל דער בעסטער מיטל צו וויסן וואס איז פאלטש איז דער כוח הרבים וואס זענען דן נאכאמאל און נאכאמאל ביז מען איז מלבן די סוגיא.
אַלע תיקונים און רעאַקציעס פון יעדער ענין קען יעדער איינער ליינען און אָפּמאכן אויב עס איז באַרעכטיגט, אויב באַשליס איך אָדער אַוֹ אנדערער ליינער אַז דאס איז בטעות געטוישט געווארן קען מען דאס צוריק פארעכטן. אויב דאס ווערט א לאנגער קאמף אַהין און צוריק איז דא ספּעציעלע פּאָליציי מיט מער כוח פון דעם המון, אויב האט איר טענות אז דער פּאליציי מאן האט געמעקט שלא ביושר איז דא מיליאנען ראנגען העכער אים וואס קענען אים אוועקנעמען זיין כוח, געווענליך ווי לענגער מ'שרייבט ווערט מען א גרעסערער ראנג אינעם היראַכיע, וואס מאכן אַפּ וואַס איז יושר.
די וויקי פּראָגרעם ווערט היינט צוטאָגס זייער אויפגעכאַפּט, מער און מער, אסיפות מיטונגען פון ביזנעס און פאליטיק און אנדערע צילן ענדיגן זיך מיט א "וויקי" פרעזענטאציע אויף א גרויסן סקרין וואס אלע לעפּטאַפּס פון די באטייליגטע זענען צוגעבינדען און דער עולם ארבייט אויף די זיץ פלעצער זעהנדיג יעדן'ס עדיטס, מ'מעקט, פארעכט, און מ'רעדט, ביז עס ווערן אויסגעפארעמט פאראייניגטע רעזולוציעס, אגענדעס און שלוסן פון די מיטונגען.
געווענליך גייט דער וויקי נאך א מיטינג ארויף אויף א צייט אפשניט אנליין, אז אלע באטייליגטע קענען זיך נאך ארום טענה'נען און ענדערן אויף א וויילע ביז דער וויקי ווערט גענצליך קריסטילאזירט און אויסגעפארעמט אין א ציל, און אלע לעקציעס און פארשלאגן ווערן דעפענירט, און דער מעסעזש קומט צו א קלארע אייזייטיגע מסקנה.
[בעאַרבעטן] וואס איז דאס וויקיפעדיע?
װיקיפּעדיע איז אַ פֿילשפּראַכיקער פּראָיעקט (לעת עתה:120 שפּראַכן) צו שאַפֿן אַ גענױע און פֿולשטענדיקע ענציקלאָפּעדיע. איר נאמען איז א צאמשמעלצונג פון צוויי ווערטער; וויקי און "פּעדיע".
עס קומט און אָפֿענעם פֿרײַען פֿאָרמאַט, געבױט אױף אַ ספּעציעלער פּראָגראַם מיטן נאָמען וויקי (מײנענדיק שנעל און געשװינד אױף האַװײַיִש,), װאָס מאַכט דעם ענציקלאָפּעדיע װי אַ רשות הרבים װאָס יעדער אײנער קען זיך באַטײליקן, ענדערן, רעדאַקטאָרן, רעאַגירן, מעקן, און אַלײנס אָפּשרײַבן כל מיני אַרטיקלען.
[בעאַרבעטן] וואס איז די ציל און מטרה פון וויקיפעדיע?
צו באשאפען א ריזיגער אנציקלאפידיע ווי יידיש ליינער וועלן זיך קענען ווענדן צו לערנען און דערוויסן איבער אלעס און אלעמען אויף די וועלט. פריי פאר יעדן איינעם צו ליינען און פארעכטן.
[בעאַרבעטן] ווען האט זיך דאס געגרינדעט?
דער הויפט ענגלישער וויקיפעדיע האט זיך געפענט יאנוואר 15 2001. דער יידישער האט זיך געפענט
[בעאַרבעטן] ווער איז איר בעל הבית?
היינט צוטאגס געהער דאס פאר א נאָן פּראַפיט ארגענעזאציע, מיטן נאמען די וויקי פאנודאציע. אבער זיי האבן נישט קיין שום בעלות אויף קיין איין ווארט וואס ווערט דא געשריבן און יעדער איינער קען דאס נעמען און איבערקאפיען. דער פרעזידענט איז זשימי וועילס
[בעאַרבעטן] קען דא יעדער שרייבן?
יאָ! אבסאלוט יעדער איינציגער באשעפעניש קען און איז אויפגעפאדערט צו שרייבן דא. מיר אין די וויקיפעדיע מאדאל גלייבט אין די גוטע כוחות פון מענטשן, און אויך איז אויסגעשטעלט אז יעדער איינער וואס שרייבט נישט גוט, אדער מעקט נישט גוט, איז דאס זייער גרינג צוריק צודרייען, און אים ווארענען און פארעכטן. ממילא האבן מיר נישט מורא פון אפענע פרייע שרייבן רעכטן פאר יעדן איינעם.
[בעאַרבעטן] אויב אזוי, קען איך וואנדאליזירן אלעס?
עס איז אין דיין מעגליכקייט צו טאן וואס דו ווילסט מיט יעדן ארטיקל, אבער איין זאך געדענק, אז דו מוזט האנדעלן פון א רצון צו טאן גוטס און נישט שלעכטס. דו טארסט נישט זיין קיין וואנדאל לשם וואנדאליזם.
דו קענסט ווערן ארויסגעבלאקט פון וויקיפעדיע זייער גרינג, און דיין ארבייט קען מען צוריק דרייען זייער שנעל, איז אלזא פארוואס זאלסטו וועלן וואנדאליזרן?
[בעאַרבעטן] וויאזוי ארבייט דאס?
[בעאַרבעטן] ווער איז דא פאראנטווארטליך?
[בעאַרבעטן] וואסארא ענינים ווערן דא געשריבן?
[בעאַרבעטן] שאלות פון מתחילים
[בעאַרבעטן] וויאזוי קען איך ביישטייערן מיט מיין שרייבן?
[בעאַרבעטן] וויאזוי קען איך ביישטייערן מיט געלט?
[בעאַרבעטן] פארוואס זאל איך דא שרייבן?
[בעאַרבעטן] מוז מען זיך איינשרייבן א נאמען כדי צו שרייבן דא?
[בעאַרבעטן] וואס איז בעסער אז מען שרייבט זיך איין?
[בעאַרבעטן] מוז איך נוצן מיין עכטער נאמען?
[בעאַרבעטן] וויאזוי טויש איך מיין באנוצער נאמען?
בעט דער ביראקראט דאס טאן.
[בעאַרבעטן] וויאזוי טויש איך מיין פעסווארד?
[בעאַרבעטן] וואס זענען די געזעצן פון וויקיפעדיע?
דורך אריינגיין אין אייער איינשטעלן בלאט.
[בעאַרבעטן] מעג מען האבן 2 אדער מער נעמען?
[בעאַרבעטן] שרייבן און טעכנישע טולס
[בעאַרבעטן] וואס איז אן ארטיקל?
[בעאַרבעטן] וויאזוי שרייב איך אן ארטיקל?
[בעאַרבעטן] וויאזוי לייג איך בילדער?
[בעאַרבעטן] וויאזוי מאך איך א נייעם אפטיילונג מיט קעפל אין ארטיקל?
[בעאַרבעטן] וויאזוי מאך איך די אותיות זאלן זיך שטעלן פון לינקס צו רעכטס, ווי למשל פאר ענגליש?
[בעאַרבעטן] וויאזוי שרייב איך אונטער מיין חתימה?
[בעאַרבעטן] וויאזוי מאך איך א לינק צו אן אנדער ארטיקל אין דעם וויקיפעדיע?
[בעאַרבעטן] וויאזוי מאך איך א דערויסענדע לינק?
[בעאַרבעטן] וויאזוי מאך איך קאטעגאריעס?
[בעאַרבעטן] ביי אונז רופט מען אן א געוויסע זאך אנדעשט ווי ביי אנדערע מוז מען מאכן 2 ארטיקלן?
[בעאַרבעטן] דעזיין
[בעאַרבעטן] וויאזוי מאך איך באָלד אותיות?
העכער די גוף הארטיקל ווען איר שרייבט איז די טול באקסלעך. דאס ערשטע איז א דיקע באָלד B דרוקט דעראויף, און טייפּט אריין אלעס וואס איר ווילט ס'זאל זיין באָלד.
[בעאַרבעטן] וויאזוי מאך איך קאלערדיג אותיות?
[בעאַרבעטן] וויאזוי מאך איך קליינע אויתיות?
[בעאַרבעטן] וואזוי מאכט מען אז די שורות שטעלן זיך אויס אין נומערן?
[בעאַרבעטן] פארוואס זענען געוויסע לינקס רויט און אנדערע זענען בלוי?
[בעאַרבעטן] ענדערן און פארעכטן
[בעאַרבעטן] איך באמערק א טעות, ליגענט, אדער איך האב אליינס פארהארגעט אן ארטיקל, וויאזוי טוה איך דאס ענדערן און פארעכטן?
=== וויאזוי קען איך מיך אן עצה געבן מיט איינער וואס האלט אין איין מעקן מיין געשרייבאכצער?=== איינער וואס מעקט אן קיין הסבר איז א וואנדאל, מען דארף אים בלאקירן, ביטע דאס אויפמערקזאם מאכן אויף זיין רעדן בלאט. און איינע פון די סיסאָפּס וועלן אים אומשעדליך מאכן.
[בעאַרבעטן] וויאזוי דריי איך צוריק צו א פריערדיגע ווערסיע אין דעם געשיכטע בלאט?
צוריקדרייען אן ארטיקל צו איר פריערדיגע ווערסיע איז זייער גרינג און געשווינד. גייט אריין אין די געשיכטע טעב, דארטן דרוקט אויף די ווערסיע זייגער און דאטום, נאכן מברר זיין אז דאס איז די ווערסיע וואס איר ווילט דורך דרוקן אויף קארענט און "צו לעצט" גייט אריין אין דעם ווערסיע, דארטן דרוקט "ענדערן און פארעכטן" וועט אייך ארויפקומען א ווארענונג אז איר באארבייט א אלטער ווערסיע, איר זאלט דאס סעיווען, און אלעס וועט צוריקגעדרייט ווערן ווי פריער.
[בעאַרבעטן] וויאזוי זעה איך די אונטערשייד פון צוויי אדער מערערע ווערסיעס אין די געשיכטע, פון אן ארטיקל?
[בעאַרבעטן] וויאזוי קען איך זעהן די לעצטע ענדערונגען פון וויקיפעדיע?
[בעאַרבעטן] וואס געשענט ווען צוויי באנוצער פארעכטן אין די זעלבע צייט?
[בעאַרבעטן] וויאזוי קען איך מיטהאלטן אלע ענדערונגען צו א געוויסע ארטיקל, אן אהין גיין יעדעס מאל דאס טשעקן?
[בעאַרבעטן] אן אנדער באנוצער איז זייער ווילד און קריגעריש. וואס טוט מען?
[בעאַרבעטן] איך האב געשריבן א גאנצער שטיקל און עס איז נעלם גווארן. פארוואס?
[בעאַרבעטן] איך האב פאראכטען אן ארטיקל אבער מיין ענדערונג איז נעלם. פארוואס?
[בעאַרבעטן] רעדן און שמועסן
[בעאַרבעטן] וויאזוי קען איך זיך מאכן פארבינדונגען מיט אנדערע מיטגלידער אין וויקפידיע?
קוק אין די הילף בלעטער וועסטו זעהן אז סאיז דא רעדן בלעטער אויף יעדן ארטיקל און אויף יעדן באנוצער בלאט, און דאס איז געמאכט ספעציעל פאר דיין בקשה אנצוקניפן זיך מיט די באנוצער און שמועסן וועגן די ענינים וואס סאינטערסירט דיך
[בעאַרבעטן] ווי דארף איך אויפקלערן פארוואס איך האב געמעקט עפעס?
[בעאַרבעטן] איך זיך גרופע צו שמועסן איבער אידישע שפראך?
אויף דעם איז לכוארה געאייגענט דער געמיינדע בלאט, און אויך אין דעם רעדן בלאט פון ארטיקל יידיש.
===איך וויל מיך אויסקענען מיט וויקפידיע. כדי צו קענען טיילן מיינע אינטערעסן מיט אחים לדעה?=== ליין די הילף בלעטער און אויך דעם וויקיפעדיע בלאט וועסטו דארטן טרעפן אלעס וואס דו ברויכסט טעכניש צו וויסן וויאזוי זיך צו באנוצען מיט וויקיפעדיע.
[בעאַרבעטן] וואס איז דאס א רעדן בלאט?
[בעאַרבעטן] זוכן און ליינען
[בעאַרבעטן] וויאזוי קען איך זוכן און טרעפן א געוויסער ארטיקל, וואס איך דארף וויכטיג זעהן?
[בעאַרבעטן] מעג איך מיך באנוצען און קאפּירען וויקיפעדיע ארטיקלן פאר מיינע אייגענע געברויכן?
[בעאַרבעטן] וויאזוי קען מען וויסן און טראסטן וואס איז אמת, און וואס נישט?
[בעאַרבעטן] וויאזוי ארבייטן גוגל און יאהו, ביים לייגן אייערע וויקיפעדיע ארטיקלן אין זייערע זוך רעזולטאטן?
[בעאַרבעטן] הנהלה
[בעאַרבעטן] ווער איז דער אנפירער פון יידיש וויקיפעדיע?
א ליסטע פון אלע מנהלים. די פאלגענדע זענען אין די צייט אקטיוו, די איבעריגע וואס שלאפן קענען זיך אויפוועקן יעדן טאג און ניצן זייער כוח: * גאנגלערי - דירעקטאר. * יודל - סיסאפ. * רוני - סיסאפ. * בן עמי - סיסאפ.
[בעאַרבעטן] וואסארא כוח האט א מנהל מער ווי א פשוטער באנוצער?
קיין שום כוח נישט. זיין גאנצער ארבייט איז נאר ארויסציווארפן וואנדאלן. אויב נוצט ער זיין כוח אויף צו טוישן אן ארטיקל, מער ווי א נארמאלער באנוצער, איז דאס אביוז אפ פאוער און מען דארף אים באריכטן פאר אן אנדער מנהל אים צו מאכן אויס מנהל.
[בעאַרבעטן] וויאזוי קען איך זיך איינקויפן א מער אנגעזעענער ראלע אין וויקפידיע?
כללית'דיג וועט מען דיך דאך נישט מאכן פאר א דירעקטאר אויב דו וועסט גארנישט שרייבן, ווער קודם אן אקטיווער באנוצער וועסטו האבן פיל פיל מאכט, מער ווי די קענסט דיך פארשטעלן, קודם דארפסטו בויען דיין נאמען און טראסט ביי די ליינער און שרייבער אלס א דורכגעטראכטער יושר'דיגער מענטש מיט אן אינטערעסע טאקע צו בויען וויקיפידיע ווי דו זאגסט, כדי מ'זאל דיר גלייבן מוזטו קודם פּראָווען אז דו מיינסט עס ערענסט נאר נאכדעם וועסטו באקומען אזא אנגעזענער ראלע ווי א דירעקטאר.
[בעאַרבעטן] וויאזוי קען איך ווערן א שטיקל מנהל, אנפירער אדער סיסאפ?
לייג פאר דיין בקשה, בעסער אין ענגליש, פאר די הנהלה, און זיי וועלן נאכקוקן ווי שטארק דו פארטראגסט דיך מיט אנדערע. (געדענקט נישט אלעמאל מיינט אסאך געשרייבאכצער א גוטער מנהל, אויב איז מען נישט קיין נוח לבריות נישט קיין חילוק וויפול איר האב אוועקגעגעבן פארן וואוקס פון וויקיפעדיע וועט איר דאך שעכטן דעם עתיד מיט אייער שטרענגע באנעמונג).
[בעאַרבעטן] א געוויסער סיסאפ באנעמט זיך זייער ברוטאל צו מיר. ער דיריגירט מיך און רודפט מיך, וואס טוה איך?
איר קענט ארויפברענגן אייערע טענות אין זיין רעדן בלאט, אויך אין געמיינדע. און אויך שיקן פריוואטע אי-מעיל קאמפלעין פאר די אנדערע מנהלים.
[בעאַרבעטן] פּאַליסי
[בעאַרבעטן] איך האלט אז מ'טאר נישט טאן א געוויסע זאך. ווי קען איך פועל'ן ביים וויקיפעדיע אנצונעמען מיין מיינונג?
אויף דעם איז דא די וואלן בלאט, ווי איר קענט פארלייגן וואסארא אישוס איר ווילט דאס זאל ווערן אנגענומען. סוף וואך וועט מען ציילן די שטימען און אויב איר האט גוטע טענות וועט איר האפענטליך געווינען רוב קולות.
[בעאַרבעטן] וויפל נעמען מעג איך האבן?
דערווייל האט מען נאך נישט באשטימט. דער סיסטעם לאזט צו ביז 6 נעמען פאר איין איי.פי. אדרעס.