עיפריל 2006
פֿון װיקיפּעדיע
[בעאַרבעטן] געשענישן
- שטודיע ווייזט אז ברית מילה איז מער עפעקטיוו אנטקעגען עידס קראנקהייט ווי קאנדאם. (מעדיקעל ניוז טודעי).
- פראפעסער הירשע דוד כ"ץ איבערן יידיש: וויאזוי יידיש שפראך איז אפגעהיטן געווארן דורך א גרויסער צינוי, היינט צוטאגס צו ווערן פארהייליגט אלס א סאטמאר שפראך? (אלגעמיינער)
- קרוין הייטס: הויפט רבנים צושלאגן איבער דעמאקראטישע וואלן פאר רבנים. (קרוינהייטס אינפא)
- ענדליך א ריכטיגער עונג שבת: סייענטיסטן ערפינדען באקטעריע צו ערצייגן א טשולענט מיטן זעלבן טעם און שפייזונג, אבער טוט עליעמינירן נאכווייען פון פארצען. (ען.בי.סי.)
- 2'טער איד אויסגעוועלט דורך פרעזידענט בוש אנצופירן ווייסן הויז אדימיניסטראציע. (זשערוסאלעם פאוסט)
- אהרונים סאטמאר רבי ציעט זיך אריבער וואונען פון מאנרוי קיין וויליאמסבורג. (פאוסט)
- בארא פארק קלויזענבארג רבי פארברענט ספר הגאון צוליב אומבאקוועמע פאקטן פון ווילנא גאון קעגן חסידים. (בחדרי חרדים בילד)
- ריכטער ראזענוואסער זאגט זיך אפ פון סאטמאר קעיס. (רעקארד)
- צבי זוהר איבער די גרויסע ענין, אז בחורים זאלן האבן אפגעזינדערט פילגשים און סעקס, כדי נישט דורכפאלן מיט הוצאת זרע לבטלה, וועקט אויף שטורמישע פאלעמיק צווישן תלמידי חכמים און מחנכים. (אלגעמיינער)
- 3 נייע סאטמאר אדמורי"ם.
- צוואה פון ר' משה טייטלבוים ז"ל, קרוינט זון ר' זלמן לייב טייטלבוים פאר נייער סאטמאר רבי, אהרונים קרוינען אבער עלטסטן זון ר' אהרן טייטלבוים אלס סאטמאר רבי, זאגענדיג אז דער צוואה איז אונטער געשריבן געווארן טיעף אינטערן קרענק פון אלטסהיימערס דורך די השפעה פון ר' משה גבאי (פאוסט)
- נייער סאטמאר רבי אין מאנסי, ר' חיים יושע הלאבערשטאם, גאליציאנער באבובער רביס אייניקל. (בחדרי חרדים)
- הגאון ר' משה האלבערשטאם נפטר געווארן. (בחדרי חרדים)
- ערשטע אפגטיילטער מענער פון פרויען מהדרין באן אין די וועלט! ריאו דע זשענעראו פירט איין מחיצות אין סאבוועי סיסטעם. (רויטערס)
- אדמו"ר מסאטמאר ז"ל נפטר געווארען. באגראבן אין אוהל פון ר' יואל טייטלבוים ז"ל. לווי' אדוך פארהעלטנמעסיג רואיג קעגן אלע ערווארטונגן. (רעקארד)
- סייענטיסטן באשטעטיגען: סעקס זייער געזונט און פארמיידט אסאך קרענק. (די עיזש)
- אויפשאקעלונג אין המחנה החרדי: נייער רעדאקטאר און שרייבער באציען זיך צו סאטמאר מיט ביטול. (בחדרי חרדים)
http://www.nrg.co.il/online/36/ART1/060/919.html
- רב פון היסטארישן בית המדרש הגדול אין איסט סייד, פארשפרעכט זיך נישט צו לאזן פארקויפן פאר געלט פון ריעל עסטעיט דעוועלאופער ביז משיח קומט. (זשורנאל גאזעט)
- קרוינהייטס: אינטעסיווע פאליציי שוץ אויס מורא פון טעראר און גסיסה פון סאטמאר רבין. (שטורם)
- ירושלים: קנאים פארשטיינערן אגד באס צוליב חרדישן פאטער וואס שמאכט אין טורמע אויפן מארד פון אייגן קינד. (ידיעות)
- חרדישע אידן מיט זייערע משפחות פון קליינע קינדער געשטראנדעט 5 שעה הענגענדיג העכער דעם איסט ריווער ים. נאכדעם וואס טשערליפט אין חול המועד אויספלוג שטעלט זיך אפ צווישן מאנהעטן אין קווינס פון עלעקטירק קורץ שלוס. (וואס איז נייעס)
- סייענטיסטן ווארענן: ים המלח שטארבט. (רויטערס)
- ארץ ישראל: דער אידישער מוח ברעכט וועלט רעקארד: מערסטע פראפעסיאנאלע זשאבס, פארצענטואל אין וועלט'ס ארבייט קראפט. (ידיעות)
- וויליאמסבורג: גוי טראסקעט צום טויט אין קאנסטראקשען סייט. (נ.י. טיימס)
- 17/04/2006 - טעראר-אטאקע, זעלבסטמערדער עקספלאזירט זיך אין תל אביב, ביי א פוסגייערס-געסל. 10 טויט. 68 פארווונדעטע ה"י. (ידיעות)
- וויליאמסבורג: ראיאט פאליציי וואס זענען צוגעגרייט פארן סאטמאר רבין'ס לווי' צושפרייטן ראיאטן פון ארטיסטן קעגן זייער לענדלארד אליעזר קעסטנבוים מיט מאיר הירש וואס ווארפן זיי ארויס פון זייערע וואסער פראנט דירות כדי דאס איבערבויען אין לוקסוסדיגער ריעל עסטעיט דעוועלפמענט. (נ.י. אבזערווער)
- ירושלים: 6000 אידן זענען עולה רגל צום כותל המערבי אין מאסן ברכת כהנים, טראץ שווערע רעגן. (בחדרי חרדים)
- סאטמאר קנאים האלטן אפ אסיפה אין וויליאמסבורג קעגן עירוב. (חדשות אנש)
- קאנווענשאן פון וויקיפעדיע באנוצער אין ארץ ישראל. (באריכט פון ויקיפדיה) (בילדער)
- 2 באזונדערע אידן ארעסטירט. באשולדיגונג: ביידע האבן אין משך פון 2 יאר נאכאנאנד סעקסואל באלעסטיגט 3 קינדער געשוויסטער פון 1 פאמיליע. (ידיעות)
- קנאים ווערן קליג: ר' שמואל חיים פאפענהיים, רעדאקטאר פון 'העדה' מאנאטליכע מאגאזין פון עדה החרדית, ערקלערט: פראטעסטן מאכן אונז נאר שאדן. (זשעראוסאלעם פאוסט)
- ר' משה שטערנבוך מיט ר' אברהם יצחק אולמאן, באזוכן פאטער וואס האט געהארגעט זיין בעיבי און פאדערן מען זאל אים באפרייען פון טורמע, אבער בעטן מען זאל נישט פראטעסטירן. (ידיעות)
- ירושלים'ער רב: באשולדיגונג אז חרדישער טאטע זאל האבן געהארגעט אייגן בעיבי איז א "בלוט בלבול". (זשערוסאלעם פאוסט)
- ראב"ד העדה החרדית ר' משה שטערנבוך שליט"א, ערקלערט פאר מעריב: ציונים שליסן זיך אן אין די מאסן צו די קנאים ווייל עס איז ליגענט. רוסישע גוים איז דער היינטצייטיגער נסיון. (מעריב)
- בארא פארק אסעמבלימאן דוב הייקינד באטיטולט די ראיאטן אלס: "א נאכט פון שאנדע און חילול ה'". (זשאואיש פרעס)
- נייער פילם פון אידישיסטן באוויינט אז קיינער רעדט שוין נישט היינט אידיש בלויז חסידים פון ברוקלין. (פארווערטס)
- מוסולמענער קינדער וועבסייט פרעדיגט בלוט בלבול: טרינקן גוים'ס בלוט ביים סדר נאכט איז אינטערגאלער טייל פון אידישקייט. (ידיעות)
- איראן ערצייגט צו בארייכערען אוראניום צום ערשטן מאל. זיי ווערן אפיציעל א נוקלעארער כח. (עי.פי. נייעס)
- סקווערער שטעטל און דער לאקאלער פייער דעפארטמענט אין קאנפליקט איבער פייערס אין שטעטל (ראקלענד דזורנאל ניוז)
- ר' שמולי בוטח האט א נייע פאך: ער מאכט שלום אויף די וועלט, מיט נייעם שלום בית טעלעוויזיע שוי פאר די גוים איבער אמעריקע. (בוסטון גלאוב)
- נייער טרענד: אדוואקאטען באנוצען זיך מיט וויקי פראגראם. (טיימסאנליין)
- פארבס פובליצירט נייע ביליאנערן ליסטע. א רעקארד צאל פון 793 ביליאנערן. אינאיינעם פארמאגן זיי 2.6 טריליאן דאלאר. דער רייכסטער איז ביל געיטס, פון מייקראסאפט. צווייטער איז דער בארימטער בערזע הענדלער ווארען באפעט.(פארבס ביליאנערן ליסטע)
- חרדישע העקערס, ברעכן זיך אריין אין פארנאגראפיע סייטס פון ישראל. מעקן אויס די אויסגעלאסענע מאטעריאל. אנשטאט דעם לייגן זיי ארויף בילדער פון ליובאוויטש רבי'ן. זענען מסביר הארבע עבירה פון הוצאת זרע לבטלה(חדשות YNETNEWS)
- עלטסטער איד אין וויליאמסבורג; 104 יאר אלט, געשטארבן, געווען געזונט ביזן לעצטן וואך פון זיין לעבן. (כל העולם כולו)
- ירושלים: אינגערמאן ארעסטירט, שלאגט אייגן ניי געבוירן קינד, ווייל עס וויינט אגאנצען נאכט. (ידיעות)
- גאב"ד העדה החרדית, ר' יצחק טובי' ווייס שליט"א, שרייבט בריוו שטיצענדיג דעם טאטען. פארדאמט ציוניסטישע פאליציי פארן מאכן בלבול קעגן אומשולדיגן איידעלן פאטער פארן בלויזן חטא ווייל ער איז א חרדי. (בחדרי חרדים)
- ניו יארק טיימס: ליבעראלען קריטיקירן פאליציי פארן נישט ארעסטירן גענוג חסידים ביי בארא פארק ראיאטען. (נ.י. טיימס)
- וויליאמסבורג: משמרת הצניעות והחינוך וואנדאלען שעדיגן קירוב רחוקים מוסד עדווערטייזמענט אויף ליע עוועניו וואס ווייזט בילד פון קינדס פנים. (בילדער, ישיבה וועלט)
- וויסנשאפטליכע שטודיע ווייזט אז גיין אין שול דאווענען פארלענגערט דאס לעבן פונעם מענטש. אויך איבונגען. (זשערוסאלעם פאוסט)
- יודל גרובער שיקט הזמנה פאר מרדכי טענדלער אז ער טאר נישט אריינגיין אין זיין שול. (פאטאקאפי פון הזמנה)
- אהרונים סטראשן נישט צו לאזן באגראבן סאטמאר רבי, אויב זיין זון ר' אהרן טייטלבוים וועט נישט מספיד זיין. (כל העולם כולו)
- דער יונייטעד סטעיטס סענאט געעפנט היינט מיט א תפלה לכבודו פון 104'טען געבורט-טאג פון לובאוויטשער רבי'ן ז"ל. (יאהו ניוז)
- רב פון סטעטן איילענד געט השגחה פאר טריפה רעסטוראנטן וואס פארקויפן חזיר, אויב זיי פאקן דאס עקסטער, און טוישן זיך די הענטשיך ביים האנדלען דערמיט. (ניו יארק מאגאזין)
- איד געטראפן שולדיג אין גנבנען איבער א מיליאן דאלער דייאמנדס פון דייאמאנט דיסטריקט. (זשורנאל ניזו)
- סאטמאר רבי איז אין טיפן גסיסה צושטאנד. חסידים זענען אנגעהיצט און קאמפסגרייט. ערווארטענדיג יעדע ליאדע סעקונדע די נייעס פון זיין קריטישען געראנגעל מיטן טויט. מעכטיגע ספעקטאקעל וועט זיך אפשפילן אינעם ברודער קריג אויף ירושה פון אדמורו"ת, דורך די 2 הויפט פראקציעס: אהרונים קעגן זאלונים. (נ.י. טיימס)
- בארא פארק: ראיאטען ברעכט אויס, צווישען חסידים מיט פאליציי, נאכדעם וואס זיי האבן ברוטאל ארעסטירט אלטן איד פארן נישט קאפערירען, צוגעבענדע פאקטארן צו די אומרוה: פארפלייצונג פון פארקינג טיקעטס, און אויך די בין הזמנים ליידיגיין וואס ישיבות זענען פארשלאסן. (נ.י. פאוסט) (בילדער פון די סצענע)
- ר' מרדכי טענדלער איז ארויסגעווארפן פון זיין שול, אבער ער בריקעט און סטראשעט מיט נקמה שריט, און זאגט אז אלע צענדליגע פרויען וואס באשולדיגן אים אין אומאיידעלע אויפירונג זענען בעלי לשון הרע ורכילות. (פאוטא קאפי פון בריוו)
- מאנסי: אינגערמאן אין קרטיטשן צושטאנד נאך עקסידענט אויף סכנהדיגע אינטערסעקשאן, מעיפל קארנער 306. (זשורנאל ניוז)
- טויטע קערפער געפינען נאכדעם וואס איד פארציילט פאר זיין רב אז ער האט געהארגעט. (לאקאל נייעס)
- שלום בערגער שרייבט א לייוו יידישער באריכט סטרעיט פון זיין איצטיגע באזוך אין כינע. (שלום בערגער)
- יידיש עצכח פארום אריין אין מסורת פאלטפארמע פון בחדרי חרדים וועב סייט, כדי נישט מכשיל זיין באנוצער מיט אומאיידעלע הייד פארק פארום'ס. (נייער אדרעס)
- הרב שלמה אבינר: ארץ ישראל אידענטום ברויך נאכמאכן אמעריקע, צו דערלאזן אידן קומען צופארן מיט זייער קאר אין שבת דאווענן אין שול. (בחדרי חרדים)
- דראמטישע סצענע ביי באנק רויבעריי אינמיטן העלן טאג אין הארץ פון וויליאמסבורג. (נ.י. פאוסט)
- גור חסידים פירן דורך פאגראם אין קנאים שול אין בית שמש, אלס פראטעסט אויפן טשעפענען זייער רבין. (בחדרי חרדים)