שפאקטיוו
פֿון װיקיפּעדיע
א שפאקטיוו איז אן אפטיקל אינסטרומענט וואס טוט גרעסער מאכן (מעגניפייען) א ווייטער אביעקט.
[בעאַרבעטן] צוזאמענשטעל
דער שפאקטיוו פארמאגט צוויי לענסעס וואס ווען ביידע ווערן געלייגט איינע בעפאר די אנדערע טוט עס דערנענטערן און גרעסער מאכן דער אביעקט אויף וועלכן מען קוקט.
די פאדערשטע לענס (וועלכע איז נעטנער צו די אויגן) ווערט אנגערופן א קאנקעיוו לענס. דאס איז א אויסגעארבעטע לענס וואס ברענגט נענטער אן אביעקט צוליב איר געדרייטע פארעם. די זעלבע לענס ווערט אויך גענוצט אין טעלעסקאפס. די צווייטע לענס איז א געמישטע לענס פון צוויי מאטריאלן פון וועלכע די מערהייט דערפון איז מעגנעפיין וואס פארגרעסערט דעם אביעקט וואס איז נענטער געברענגט געווארן דורך די קאנקיעוו לענס.
די קאנקעיוו לענס איז אויסגעארבעט און געשניטן אויף א שמאלע רינדיקייט אויף אריין וואס טוט וואונדערליך מאכן זען יעדער אביעקט נענטער. דאס איז נישט קיין טעכנאלאגישער אויסטרעף נאר איז שוין גענוצט געווארן טויזענטער יארן צוריק. די זעלבע לענס ווען מען דרייט עס אויס די פארקערטע וועג וועט עס ווייזן יעדער אביעקט ווייטער ווי עס איז באמת. ווייל די לענס איז דעמאלט אויסגעפארעמט די פארקערטע וועג.
[בעאַרבעטן] שפאקטיוו סארטן
די נומערן און בוכשטאבן וואס שטייען אויפגעשריבן אויף אלע שפאקטיוון מיינען די גרויסקייט פון דאס בילד וואס ווערט געמאכט ווען מען קוקט אריין אין דעם שפאקטיוו. MM מיינט מילי-מעטער. א געווענליכער שפאקטיוו וועט האבן צוויי אויפשריפטן איינע וואס צייגט די גרויסקייט פון דאס בילד. און די צווייטע די ווייטקייט פון די לענס.