אלול
פֿון װיקיפּעדיע
אב - אלול - תשרי | ||||||
א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
א | ב | |||||
ג | ד | ה | ו | ז | ח | ט |
י | יא | יב | יג | יד | טו | טז |
יז | יח | יט | כ | כא | כב | כג |
כד | כה | כו | כז | כח | כט | |
לוח לשנת ה'תשס"ו - אידישער לוח עיקר יום טוב: נישטא |
אלול איז די זעקסטע חדש ציילענדינג פון ניסן און די לעצטע חדש פון יידישע יאר ציילונג.
די חדש האט 29 טעג. און האט צוויי טעג ראש חדש וויבאלד אב האט דרייסיג טעג, די ערשטע טאג ראש חדש איז די 30טע טאג אין אב.
אזוי ווי די אנדערע יידישע מאנאטן איז די נאמען פון די חדש אויך פון די עולי בבל.
די נאמען אלול מיינט אין אראמיש זוכען און אין לשון הקודש איז דאס די ראשי תיבות פון אני לדודי ודודי לי.
די מזל פון אלול איז בתולה, וואס איז טייטש א מיידל.
וויבאלד אלול איז די לעצטע חדש און יאר, און איז גלייך פאר ראש השנה און די ימים נוראים, איז די חדש ימי הרחמים והסליחות און עס איז דא ספעציעלע מנהגים אין דעם חדש.
אלול איז אויך די חדש ווען משה רבינו איז ארויף געגאנגן די צווייטע מאל אין הימל פאר פערציג טעג - פון די ערשטע טאג אין אלול, ביז נאך די צענטע טאג אין תשרי - כדי צו ברענגן די לוחות פאר די אידן אין מדבר. דארפאר זענען אויך דא מנהגים וואס זענען א זכר צו דעם.
[בעאַרבעטן] מנהגים
[בעאַרבעטן] בלאזן שופר
עיקר ארטיקל: שופר
מען פירט זיך צו בלאזן שופר א גאנץ חדש אלול חוץ פון ערב ראש השנה, עס זענען דא עטליכע טעמים.
- ווייל ווען משה רבינו איז ארויף אין הימל אראפצוברענגן די לוחות, האט מען יעדען אינדערפרי געבלאזן מיט שופרות אז יעדער זאל וויסן אז משה איז אין הימל און מען זאל חלילה נישט נאכאמאל מאכן די עגל.
- וויבאלד א שופר מאכט יעדען ציטערן (געבויטע אויפן פסוק: היתקע שופר בעיר והעם לא יחרדו) און חדש אלול איז א חדש ווי מען זוכט תשובה צו טאן פאר ראש השנה און יום כיפור קומען אהן.
- כדי צו פארמישן דעם שטן אז ער זאל נישט וויסן ווען ראש השנה איז און גיין מקטרג זיין אויף כלל ישראל. דאס איז אויך די סבה פארוואס ערב ראש השנה בלאזט מען נישט, כדי ער זאל מיינען אז ראש השנה איז שוין פאראיבער.
[בעאַרבעטן] סליחות
עיקר ארטיקל: סליחות
מען פירט זיך אויך צו זאגן ספעציעלע פיוטים אין די חדש וואס מען רופט סליחות.
- ביי ספרדים איז די מנהג אז מען זאגט דאס א גאנצן חדש, אנגעפאנגן פון צווייטען טאג ראש חדש.
- ביי אשכנזים זאגט מען סליחות אנגעפאנגן פון א זונטאג פאר ראש השנה (דאס הייסט די לעצטע זונטאג אין חדש אלול), א חוץ אויב די ערשטע טאג ראש השנה קומט אויס מאנטאג אדער דינסטאג, דאן פאנגט מען זאגן סליחות א וואך פארדעם (דאס הייסט איינס פאר די לעצטע זונטאג אין חדש אלול). די סבה פארוואס מען זאגט דאן סליחות פון א זונטאג פריער, איז ווייל עס איז דא א מנהג פון פאסטן די טעג פון סליחות. און די מנהג איז דערפאר ווייל מען וויל פאסטן די גאנצע עשרת ימי תשובה, אבער ווילבאלד פיר טעג פון עשרת ימי תשובה קען מען נישט פאסטן - 2 טעג ראש השנה, 1 טאג שבת, און 1 טאג ערב יום כיפור - צאלט מען דאס אפ אין סליחות. דערפאר אויב עס איז נישט דא כאטש פיר טעג פון סליחות וועט מען נישט קענען אפצאלן די 10 פאסט טעג אין די טעג פון סליחות, דערפאר לייגט מען צו פון א זונטאג פריער.
די יידישע מאנאטן |
תשרי | חשוון | כסליו | טבת | שבט | אדר (אדר א' | אדר ב') | ניסן | אייר | סיון | תמוז | אב | אלול |