משה לייב ראבינאוויטש
פֿון װיקיפּעדיע
כ"ק אדמו"ר רבי משה לייב ראבינאוויטש מונקאטשער רבי שליט"א.
כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א איז געבוירן אין שטאט מונקאטש אינ'ם טאג א' חנוכה תש"א צו זיין פאטער הרב ברוך יהושע ירחמיאל ראבינאוויטש, איידעם פון הרה"ק רבי חיים אלעזר שפירא זצ"ל, בעל מנחת אלעזר ממונקאטש. די ברית איז פארגעקומען זאת חנוכה תש"א ווי הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע איז ספעציעל געקומען קיין מונקאטש צו דינען אלס סנדיק ביים ברית. דער רבי הייסט "משה יהודא ליב" נאך דער רבי ר' משה ליב סאסוב'ער זי"ע, א זיידע.
דער רבי שליט"א האט געלערנט אין די בארימטער טעלזער ישיבה אין קליוולאנד, אוהייו ווי אויך אין בית המדרש עליון אין מאנסי, ניו יארק.
דער רבי שליט"א איז אן איידעם ביי הגאון הצדיק רבי אהרן בערנשטיין זצ"ל ראש ישיבה פין ישיבת חיי עולם אין ירושלים און בעמח"ס פרי אהרן.
דער מונקאטשער רב שליט"א איז באקאנט אלס עלוי און גרויסער למדן, (זיינע תורה'ס זענען געדרוקט געווארן אין די קונטרסי עולת שבת). דער רבי איז באקאנט פאר ארויסהעלפן אידן מיט אלע מיני פראבלעמן, ספעציעל אין לעגאלע פראבלעמן, און איז באקאנט אלס גרויסער בעל צדקה, כמנהג זקנו הגה"ק בעל מנחת אלעזר זי"ע.
דער צענטער פאר מונקאטשער חסידות האט דער רבי שליט"א אויפגעשטעלט אין בארא פארק, ברוקלין, אבער עס געפינען זיך מונקאטשע'ר שטיבל'ך און מוסדות איבער דער גארער וועלט.
[בעאַרבעטן] דערויסענדיגע לינק
כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א ביי שמחת בית השואבה http://www.tsofar.com//zofar/mashtap/show.asp?id=5283