נפתלי צבי הלברשטאם
פֿון װיקיפּעדיע
דער זון פון רבי שלמה הלברשטאם. געווארן באבוב'ער רבי ווען ער איז שוין ל"ע געווען קראנק מיט פּארקיזאָנס און אלצהײַמערס.
רבי נפתלי'טשע איז ביים טאטע'נס לעבן אים געשטאנען צו דער האנט אלע יארן ביים בויען די באבוב'ער אימפעריע, און ער האט זיך מוסר נפש געווען פאר'ן טאטע'ן און פאר באבוב. בעת ער איז געווארן רבי איז ער שוין געווען שטארק אפגעשוואכט; אבער די חסידים זענען געווען שטארק נתפעל פון זיין צדקות, און האבן דערציילט איבער אים אפענע געוואלדיגע מופתים.
ער האט געהאט שונאים צוליב דעם וואס ער האט געבארגט געלט פאר די באבוב'ער מוסדות ווען זיין טאטע האט נאך געלעבט, און ער איז געווען דער פירער און געלט - בעל הבית.
נאך דער פטירה פון רבי נפתלי צבי, וועלכער האט נעבעך נישט צו לאנג מאריך ימים געווען אויף דער רבי'סטעווע, האט אויסגעבראכן א חילוקי דעות ווער ס'זאל זיין זיין ממלא מקום, זיין איידעם רבי מרדכי דוד אונגער (ער האט נישט איבערגעלאזט קיין זון) , אדער זיין ברודער רבי בן ציון ארי' ליבוש הלברשטאם, וואס מען האט אים אויס-גערופען אלס רב הצעיר און איז דער זון פון רבי שלמה'ס צווייטער רביצין.
יעצט אין די טעג זיצט א בי"ד פון חמש רבנים וואס איז דן אין מפשר צווישן די צדדים.
די געוועזן: הרב שלמה האלבערשטאם זצ"ל |
אדמורי באבוב | די קומענדיק: הרב בן ציון האלבערשטאם שליט"א הרב מרדכי דוד אונגאר שליט"א |