צבי הירש שפירא
פֿון װיקיפּעדיע
רבי צבי הירש שפירא זצ"ל איז געווען א זוהן פון רבי שלמה שפירא זצ"ל, בעל שם שלמה, דער ערשטער מונקאטשער רבי. נאכ'ן הסתלקות פון רבי שלמה, איז רבי צבי הירש אויפגענומען געווארן אויף זיין פלאץ אלס גאב"ד און אדמו"ר פון מונקאטש. ער האט געשריבן עטליכע גאר באקאנטע ספרים, צווישן זיי: דרכי תשובה, תפארת בנים, באר לחי ראי, דרכי אמונה, שו"ת צבי תפארת, און נאך. ער איז אסאך געפארן צום צאנז'ער רב רבי חיים האלבערשטאם זצ"ל. זיין זוהן, רבי חיים אלעזר שפירא באקאנט אלס דער בעל מנחת אלעזר האט איבערגענומען די הנהגה נאך זיין פטירה אין'ם טאג ב' סוכות תרע"ד.