שופר
פֿון װיקיפּעדיע
שופר איז די אינסטרומענט וואס מען איז מקיים די מצוה פון תקיעת שופר אום ראש השנה, אויך פירט מען זיך צו בלאזן דערמיט יעדן אינדערפרי אין חודש אלול כדי צו ערוועקן די הארץ פאר תשובה אין אויך צו זיך איינגעוויינען אויף ראש השנה.
אינהאַלט |
[בעאַרבעטן] כאראקטורן
א שופר איז געמאכט פון א הארן פון א ווידער. מען ווייקט עס אויס אין מ'רייניגט עס אויס פון אינווייניג.
געוואנדן לויטן פורעם פונעם שופר קען עס זיין שווערער אדער גרינגער צו בלאזן.
[בעאַרבעטן] הלכות
א שופר וואס איז געשפאלטן אין די לענג איז פסול.
א שופר וואס מ'טשעפעט צו סיי וועלכע מאטריאל ביים פיסק איז פסול ווייל עס פארענדערט די קול.
[בעאַרבעטן] בלאזן
צו בלאזן א שופר דריקט מען דעם שמאלן זייט פונעם שופר צו פיסק און מ'קאנצעטרירט די גאנצע בלאז-קראפט אינעם שופר.