שיף
פֿון װיקיפּעדיע
צו מיינט איר שיעף אנשטאט גראד?
א שיף איז א מיטל צו פארן און זיך וואנדערן איבער די וואסער.
אמאליגע שיפן זיינען געפארן דורך ריזיגע פארהאנגען וואס מען האט זיי פארדרייט בשעת'ן פארן אויף די זייט פון די ווינט, און אזוי האט די ווינט געשטופט די שיף צום ריכטיגן ריכטונג. ביים ענדע פון די 19טע י"ה נאך וואס האט דערשיינט די דאמף מאטאר האבן די שיפן אנגעהויבן פארן דורך מאטארן (זעט דאמפשיף), וואס האט שטארק רעוואלוטירט אין די וועלטלעכע טראנספארמאציע.
עס איז דא פארשידענע צוועקן מיט וואס די שיפן באנוצן: מען נוצט זיי צו דורכגיין לענדער, טראגן סחורות, די מארין מיליטער האבן געפאנצערטע שיפן צו היטן זייער לאנד טירעטאריע. די פארשער ניצן זיי צו פארשן און באטראכטן אין די ים-טיפענישן. די פישער כאפן מיט זיי פיש, און אויך נוצט מען די יאכטע-שיפן אויף פארוויילונג.
סארטן שיפן:
- צעפעלין
- יאכטע
- זעגלשיף
- דאמפשיף