זלמן לייב פילאף

פֿון װיקיפּעדיע

ר' זלמן לייב פילאף שליט"א איז פון די גרויסע דיינים אין וויליאמסבורג, און חבר הביד"ץ פון זאליס בית דין, א אייניקל פון בעל תורת יקותיאל, דיעשרער רב זצ"ל

ר' זלמן לייב, לערנט פאר שוין 30 יאהר, א שיעור אין שולחן ערוך, ער איז שוין אדורך ברבים עטליכע מאל שתי חלקי שולחן ערוך עס האט פאסירט טעג, וואס קיינער איז נישט געקומען צום שיעור, דאך האט ער פארגעלערט, פאר זיך, ביז אין משך פון יארען, איז עס געווארען א געוואליגע שיעור ברבים. ער איז א שטארקער קעגנער פון סאטמאר רבי, ר' אהרן טייטלבוים שליט"א, דעריבער ווען די סאטמאר מחלוקת האט אויסגעבראכן, האט ער זיך אנגעשלאסן אין זיין קאנקורענץ, ר' זלמן לייב טייטלבוים שליט"א, אויך א סאטמארע רבי. אנהויב פון די מחלוקה ווען ר' אהרן'ס חסידים האבן גערופן ר' זלמן לייב'ס חסידים צו דין תורה, האט ער דערמאלטס געשריבן זייער א שארפע בריוו קעגן די אהרנים, ווי ער האט זיי אנגערופן "קשר בוגדים", דאס מיינט "א צאמקום פון פעלטשערס".

ער איז א ברודער פון ר' מנשה פילאף.


תלמידי חכמים זאגן, ווען מ'זוכט א פארהוילנע הלכה, אין די ערשטע 2 חלקי ש"ע איז ר' זלמן לייב דער אדרעס, וואס ער געדענקט די שולחן ערוך בבקיאות נפלאה.


הגאון ר' שמואל וואזנער שליט"א, האט זיך אויסגעדרוקט אויף אים, אלס גרעסטער בקי אין ניו יארק וואס ער האט באגעגנט. אנדערע לייקענען אז דער גרויסער גאון זאל האבן געזאגט אזא סטייטמענט, ווארום דאס גאנצע גדלות פון הרב פילאף באציהט זיך נאר אויף שולחן ערוך אורח חיים און יורה דעה ח"ב. ווי מ'קען איהם פרעגען אין אנדערע טיילן פון שולחן ערוך ענטפערט ער נישט אויף קיין שאלות.

ר' זלמן לייב אלץ א איידעלע מענטש אין זייער צוגעלאזען וויל זיך נישט אריינלייגען אין חושן משפט שאלות וואס וועט איהם נאר ברענגען שונאים.