רבן גמליאל הזקן
פֿון װיקיפּעדיע
רבן גמליאל הזקן (רבן גמליאל דער אלטער) איז געווען דער זון פון שמעון בן הלל און אייניקל פון הלל הזקן. געווען דער נשיא הסנהדרין צווישן די יארן 30-50 לויט די קריסטליכע ציילונג.
מען האט אים גערופן זקן כדי נישט זיך פארטומלען מיט זיין אייניקל וואס האט געהייסן רבן גמליאל דיבנה. אין אלגעמיין ווו עס שטייט אין משניות נאר "רבן גמליאל" מיינט דאס "רבן גמליאל דיבנה".