בן ציון ארי' ליבוש הלברשטאם
פֿון װיקיפּעדיע
אכטונג: יעדע ארטיקל פון וויקיפעדיע ווערט געשריבן נייטראל. |
רבי בן ציון אריה ליבוש הלברשטאם שליט"א דער באבוב'ער רבי שליט"א איז נתמנה געווארן גלייך נאכן פטירה פון די באבוב'ער רבי רבי נפתלי צבי הלברשטאם זצ"ל וואס האט קיין זוהן נישט איבערגעלאזט נאר צוויי איידעמער דער עלטערע איידעם איז רבי יהושע רובין שליט"א אין דער צווייטע רבי מרדכי דוד אונגער שליט"א.
ער איז די זון פון דעם דריטען באבוב'ער רבי'ן ר' שלמה הלברשטאם ז"ל, און ברודער פון ר' נפתלי צבי האלבערשטאם ז"ל וואס איז געווען רבי נאך זיין טאטן, ר' שלמה זי"ע.
נאך די פטירה פון רבי שלמה'לע ז"ל האט מען געקרוינט רבי נפתלי צבי הלברשטאם ז"ל אלץ נאכפאלגער, ממלא מקום, און רבי בן ציון שליט"א האט מען געקרוינט אלץ רב הצעיר (יונגער רב).
רבי נפתלי צבי הלברשטאם ז"ל איז געשטאנען דעם טאטן צו די האנט אלע יארן ביים בויען די באבוב'ער אימפעריע, און ער האט זיך מוסר נפש געווען פאר'ן טאטן און פאר באבוב, בעת ער איז געווארן רבי איז ער שוין געווען שטארק אפגעשוואכט, אבער די חסידים זענען געווען שטארק נתפעל פון זיין צדקות, און האבן דערציילט אפענע מופתים פון איהם.
נאך די פטירה פון רבי נפתלי צבי הלברשטאם וועלכער האט נעבעך נישט צו לאנג מאריך ימים געווען נאכ'ן טאטענ'ס הסתלקות, איז די הנהגה אריבער צו די ברידער און רב הצעיר.
און חלק האבן זיך אפגעטיילט און געקרוינט רבי מרדכי דוד אונגער אלס רבי און די שוואגער רבי יהושע רובין אלס רב.
[בעאַרבעטן] דערויסענדיגע לינק
- אט איז א ווידיאו קליפ פון זיין הכתרה, זיצענדיג שבעה נאך זיין ברודער דער פריערדיגער רבי.[1]
- ווידיאו קליפ פון זיין הדלקת נר חנוכה [2]
- חנוכה טיש [3]
- ווידאו קליפ פון ר' שלום קעסלער אינדערמיט מיט נאך 12 אינגעלייט זינגן מיט א פידעל ביים רעבין טיש. [4]