אונגוואר
פֿון װיקיפּעדיע
אונגוואר (היינט באוואוסט ווי אוזשגאראד אדער אושהאָראָד) איז א שטאט אין אוקרײַנע, נישט ווייט פון די גרעניץ מיט אונגערן, פוילן און רומעניע. אונגוואר איז דער הויפט שטאט פון דער קארפאטישער ראיאן. עס געפינט זיך 30 ק"מ פון מונקאטש און נאנט צו די גרעניץ ביים שטאט טשאפ.
[בעאַרבעטן] אידן אין אונגוואר
אין אונגוואר פלעגט זיין פאר דער צווייטער וועלט קריג א גרויסע קהילה פון אידען, מיט באוואוסטע און בארימטע רבנים. איינער פון זיי איז דער "בעל קיצור שולחן ערוך" - ר' שלמה גאנצפריד. נאך א באוואוסטע רב איז דער "בעל משנה הלכות" ר' מנשה קליין (ווערט באקאנט אלס "מנשה הקטן"), וואס איז א גרויסע פוסק און א גרויסע רב.
נאך די קריג זיינען צוריקגעקומען הונדערטער אידען צום שטאט, און היינט לעבן דארט ארום טויזנט אידען. אין די לעצטע יארן, איז דארט געקומען א ליובאוויטשער שליח צום שטאט, הרב מנחם מענדל טייכמאן און ער איז דער שטאט-רב און הויפט רב פון דער קארפאטן ראיאן.