דער בלאט
פֿון װיקיפּעדיע
דער בלאט איז א סאטמארער צייטונג געגרינדעט דורך די אַהרונים און איז די ערשטע צייטונג איינצוגיין צוטוישען דירעקציע אלץ שטעלן אינטערטעינונג העכער אידילאגיע, און ס'האט זיך אויסגעצאהלט
[בעאַרבעטן] די גרינדונג
נאכען נישט ווערן באשריבען אין דער איד האבן זיי דערקלערט קריג קעגן דער איד און איר אייגענטימער משה גבאי. און אין 2000 האבן זיי באשלאסן דעם דראסטישן שריט אליינס צו עפענען א צייטונג און שרייבן די נייעס לויט זייער גייסט און רעספעקט.
מיטן גרינדונג פון דער בלאט האט זיך שטארק פארבעסערט די וועלט פון היימישע צייטונגען. די ערשטע מאל אין היסטאריע וואס ס'איז דא אזא בליץ צוכאפענדע צייטונג אייניג ביי אלע שיכטן און קרייזן, קרויזט נישט אויס עלטערע מענטשען ווי גרויסע אדמורים וכו' (חוץ פון די וואס קענען נישט אידיש וואס ערגערן זיך דערויף פאר'ן נישט אויך הנאה האבען). נישט די המודיע, און נישט יתד, און זשואיזש פרעס, קענען זיך קעגן שטעלן! זיי האבן פשוט א גרעסערע אויסוואל מענטשען דורכ'ן ווערין געשריבן אין עברית און אין ענגליש
אלעס איז אהערגעשטעלט די שפראך, די סחורה, די אויסשפראך, די אויסשטעל, די דיאלעקט, די טאהן, אלעס איינ'ס ביי איינ'ס
דוגמא: זיי האבן אנגעהויבן צו לייגן בילדער און דער איד האט נאכגעטאן אלס קאנקורענץ.
זיי האבן אנגעהויבן צו חנפען און באשרייבן קליינע חסידות'ער און פריוואטע עסקנים אפילו זיי האבן נישט מיט סאטמאר, און דער איד האט נאכגעטאן דאס זעלביגע.
דער אייגענטמער פון דער בלאט איז א דרייסטישער יונגערמאנטשיקל אלימלך דייטש, פון די נאענטע מענטשן צום סאטמאר רבי ר' אהרן טייטלבוים שליט"א . רעדאקטאר איז שמואל ווידער.
דער בלאט'ס אידילאגיע איז: ווי מער אינטערעסארטער אןן ציענד, פארשטייט זיך אז זיי קענען נישט מוותר אויף קנאות, און אז נישט, כאטש צולייגען אביסל טועמיה מיט פעפער,
מציצה בפה האט זיך אסאך מאל געטראפֿן איהר פלאץ אויף די פֿאדערשטע זייטען {וואס פארשטייט זיך אז דער איד נישט מיט גרויס חשק האט געמוזט האלבוועגס נאכטאנצען} צוליייגט אז ס'האט זיך געדאכט ווי א ערוואקסענע מאגאזין, די געמישטע סווימינג פאָל באשריבען בכלומרשט אלץ "עטרת אברהם" און נאך. דראמאטישע פארזעצונגען טשיקאווע געשיכטעס און ווי מעהר אויפרייסעריש אלעס איז ערלויבט צו זאט מאכען די אויסגעהונגערטע יוגווארג
און מיט דעם איז עס אנדערש ווי אלע היינטיגע צייטונגען וואס די נייעס איז נאר א מיטל איינצוהאנדלען שטיצע פאר זייער באס אדער אידילאגיע ווען ס'איז נויטיג.
אידישע צייטונגען |
|
|
---|---|---|
אידישע טריבונע | אלגעמיינער זשורנאל | בקהילה | גלאובס | דער איד | דער בלאט | הארץ | המודיע | הצופה | זשערוסאלעם פאוסט | זשאואיש וויק | זשואיש פרעס | ישראלי | יתד נאמן | ידיעות אחרונות | מעריב | נייעס באריכט | פנים אל פנים | פנים חדשות | מקור ראשון | פארווארד | פארווערטס | פייוו טאונס זשואיש טיימס | |