היברו וויקיפעדיע
פֿון װיקיפּעדיע
העברעישע וויקיפעדיע איז די וויקיפעדיע אויף דער העברעישער שפראך.
זי ווערט געפירט דורך דעם אייציגן ביראקראט דארטן ר' דוד שי אן עלטערער פרייער איד וואס האט א פאעטישער געפיל און דערמיט איז מען אנגעקלעפט צו אים טויזענטע באנוצער. ער האט באוויזן היסטאריע אלס דער איינציגסטער וויקיפעדיע באנוצער פון אלע מיליאנען באנוצער און איבער 200 שפראכן און אלע מדינות אין דער וועלט וואס מען האט געמאכט אן אפיעל אים צו געבן מעמדות אויסהאלטן זיין ווערטשאפט ביי דעם וויקיפעדיע דארטן.
זיי האלטן היינט העכער פופציג טויזענט ארטיקלן.
אינהאַלט |
[בעאַרבעטן] סוף תשס"ו טויש אין פאליסי פון שטרענג צו ליבעראל
גילגמש פלעגט זיין דארטן 24 שעה א טאג זיבן טעג א וואך צו פארסירן זייער שטרענג די פאליסיס. גאר לעצטענס האט דער פארכטיגער מנהל וואס האט געבלאקט צענדליגע ניקס א טאג, גילגמש, וואס איז דרך אגב געווען דער חשובסטער באנוצער דארטן: סיי אלס דער גרעסטער תלמיד חכם און סיי אלס דער גרעסטער רעדאקטאר, דוד שי איז מער דער אלטער פיינער איד, רעזעגנירט אין שאנדע פון די פילע טענות קעגן זיין שטרענגקייט דארטן פון בלאקירן נייע באנוצער און מעקן קורצע ארטיקלן. איצט בעט מען זיך צו אים ער זאל צוריקקומען אבער ער האט געשטעלט קלארע תנאים אז מען מוז אים לאזן בלאקירן ווער אים עס געפעלט נישט. און דערווייל איז דוד שי נישט מסכים דערצו. היינט אבער איז שוין גילגמש צוריק דארטן און פירט ווייטער אן מיטן רעדאגירן אלעס.
[בעאַרבעטן] זייער פאפולער
פאר אזא קליינע שפראך איז דאס א פארהעלטנמעסיגער חידוש צו האבן אזויפיל ארטיקלן, אבער אידן זענען דאך מער פארטאן אין וויסענשאפט איז נישט קיין וואונדער. אויך האבן די ישראלים פראצענטואלע מער אינטערנעט צוטריט ווי סיי וואסארא לאנד און קולטור.
גוגל וועלט טאקע אויס זיי ענדטערשטער צו לינקן אויבן אויף די ליסטע פון די רעזולטאטען מער פון דער אידישער וויקיפעדיע ווען איר טייפט אריין א ווארט ווי שבת אויפצוזיכן, ווייל גוגל גייט לויט ווי מער לינקן די וועב זייט האט, טייטשן זיי דאס אויס אז מען זוכט די תוצאה ענדערשטער פון דארטן. און די העברעישע וויקיפעדיע האט די מערסטע לינקן פון אלע העברעישע פאנט וועב סייט'ס.
אויך האט יאהו וואס האט שותפות מיט "הארץ" אין דעם ישראלישע וואלה פארטל אנגעהויבן צו קאפירן אלע ארטיקלן פון דער העברעישע וויקיפעדיע אלס דער אפיציעלער עלעקטראנישער ענציקאלפידיע.
אַן אינטערסאַנטער אַרטיקל וואָס איז ערשינען אינעם ארץ ישראל'דיגן וואָכן צייטונג "מקור ראשון" וואַרפט אַסאַך ליכט איבער דעם פּראָיעקט. [1] דאָרטן איז דער הייסער טעמע וואס מ'קען זיך נישט פאַראייניגן און ווערט נאָכאַנאַנד געטוישט; "משיח" וואס די לובאַוויטשער שלאָגן זיך צו ער לעבט נאָך; און "יאַסיר אַראַפאַט", וואס די רעכטע מיט די לינקע שלאָגן זיך אַרום.
[בעאַרבעטן] אידישע וויקיפעדיע צוגאנג צו זיי
וויבאלד זייער שפראך איז ענדליך צו לשון קודש פארלאזן מיר זיך אויף זיי ווען אימער עס איז דא א מיינונגס פארשידענהייט בלויז לגבי אידישקייט ווי צ.ב.ש. תורה און תנ"ך ארטיקלן. אדער אפילו מנהג און הלכה ווי צ.ב.ש. פארנאגראפיע בילדער, אפילו עס איז ערלויבט אין אלע וויקיפעדיעס אבער נישט אין העברעישען ווערט דאס פון דא אויך געמעקט.
אבער נישט קיין שום אנדערע זאך. ווי למשל רעליגיע אדער היסטאריע זענען די ענגלישע מער מאסגעבעבנד, ווייל רוב אידיש רעדער זענען אין גלות און מער נשפע פון דער גלות שפראך ענגליש ווי היברו.
אלע וויקיפעדיעס וואס אידן אדער אידיש שפראך באנוצער קענען פארשטיין.
אידישע וויקיפעדיע • ענגלישע וויקיפעדיע • העברעישע וויקיפעדיע • סימפל ענגליש וויקיפעדיע • דייטשע וויקיפעדיע • אראמישע וויקיפעדיע
[בעאַרבעטן] דערויסענדע און אקטועלע לינקס
- קאנווענשאן פון וויקיפעדיע באנוצער אין ארץ ישראל. (באריכט פון ויקיפדיה) (בילדער)