העמד
פֿון װיקיפּעדיע
אַ בלוסקע איז א גענייטע עלעגאנטע בגד וואס איז געמאכט פון וואל אדער וואטע. עס האט א קאלנער מיט הארבל און ווערט אנגעטאן מיט קנעפלאך.
דאס קען זיין קאלירט אדער ווייס, עס קען איר טראגן מענער אדער פרויען.
מען טוט איר האן נאר אין מכובדיקע פלעצער אדער אויף יום טובים. מכובדיקע מענטשן גייען שטענדיג מיט א בלוסקע. אויך פרומע גייען שטענדיג א ווייסע בלוסקע, וויבאלד עס איז א אלט-מאדישע קליידונג, און די פרומע זיינען זייער קאָנסערוואַטיוו און אפגעשיידט פון די מאדע.
אנדערש איז א העמד, וואס עס מוז נישט זיין עלעגאנטיש. עס קען זיין אן א קאלנער, אן קנעפלאך, און צו מאלן אנגעקאטשקעט מיט אלערליי שמאנצעס.