העקער
פֿון װיקיפּעדיע
קאמפיוטער אריינדרינגער.
א העקער איז עמיצער וואס דרינגט אריין אומלעגאל אין אנדערע נעטווארק'ס, אדער ברעכט זיך אריין אין פראגראמען און ברעכט דעם קאוד, כדי צו קענען ענדערן דעם פראגראם עס צו קענען נוצן אן דעם וואס מ'זאל עס דארפן קויפן.
העקערס קענען אנזייען גרויסע חורבנות אין קאמפיוטער סיסטעמען, דורך זיך אריינברעכן אינעם קאמפיוטער סיסטעם און ארומפאטשקען מיט דעם פראגראם, אדער גאר ארויס'ריקן סענסיטיווע קאמפאני אינפארמאציע, אדער פינאנציעלע אידענטיפיקאציעס פון קליענטן, וועלכע קענען אלע בארויבט ווערן, דורכדעם וואס די אינפארמאציע רינט ארויס צו אומגעוואונטשענע עלעמענטן.