זשעק אַבראַמאָף
פֿון װיקיפּעדיע
א אידישער פרומער ארטאדאקסישער לאביאיסט אין וואַשינגטאָן וואס איז געווארן אנגעקלאגט אין קארופּציע אין 2006.
זיין סוקסעס אין לאַביאונג איז געקומן מיטן פלוצלינגען אויפשטייג פון קאנסערוועטיוו רעפּובליקאנע פאליטיקער וואס האבן איבערגענומן אלע דריי הייזער פון מאכט אין וואשינגטון; דער סענאט, קאנגרעס און דעם ווייסן הויז. זייענדיג א טיעף רעליגיעזער מענטש, האט ער אויסגענוצט זיין פרומקייט צו מאכן פארבינדונגן מיט די קריסטליכע רעפובליקאנע נייע פאליטיקער. און די ביזנעס וועלט האט געזען אז ער האט די פארבינדונגען האבן זיי אנגעהויבן צו האנדעלן און באיינפלוסן וואשינגטון לטובת זייערע אינטערעסן דורך אים צאלן.
ער זאגט אז ביי די דרייצן יאר האט ער אנגעהויבן היטן די תורה, פון זיך אליינס.