חפץ חיים
פֿון װיקיפּעדיע
דער חפץ חיים רבי ישראל מאיר הכהן מראדין, איז געבוירן געווארן אין זשעטל, ליטא, אין שבט תקצ"ח און איז נפטר געווען אין ראדין אין אלול תרצ"ג. ער איז געווען א תלמיד פֿון ר' נחום'קע פֿון הורודנא. ער איז געווען פֿון די גדולי הדור און איז געווען איינער פֿון די מייסדים פֿון אגודת ישראל. א שטיק צײַט האט ער פֿארדינט זיין פרנסה פֿון א קלייט וואס ער האט געהאלטן, אבער שפעטער האט ער זי פֿארמאכט, זאגנדיג אז ער נעמט אוועק פרנסה פֿון די אנדערע סוחרים.
צווישן די ספרים וואס ער האט געשריבן זענען דער "חפץ חיים" (וועגן די דינים פֿון לשון הרע, רכילות און מוציא שם רע) און "שמירת הלשון" (וואס רעדט ארום די וויכטיגקייט פֿון געבן אכט אויף וואס מען רעדט ארויס. ווי אויך "ליקוטי הלכות" אויף די סדרים זרעים און קדשים.
ער האט אויך ארויסגעגעבן דעם באקאנטן "משנה ברורה" דער הלכה ספר וואס איז געווארן צאםגעקליבן דורך א שטאב כולל אינגעלייט אונטער זיין אנפירערשאפט, און געווידמעט זין לעבן מען זאל נישט רעדן קיין לשון הרע שלעכטע רייד אויף אן אנדערן.
געווען א גרויסער עניו, און אליינס פארקויפט זיינע ספרים.