כותל המערבי
פֿון װיקיפּעדיע
כותל המערבי איז דער לעצטער איבערגעבליבענער וואנט פון דעם בית המקדש.
אינהאַלט |
[בעאַרבעטן] הייליגקייט
לויט די גמרא הערשט דארטן א הייליגקייט און אידן גייען אהין בעטן און דאווענן. ווייל די שכינה וואס האט גערוט שטענדיק אין בית המקדש האט זיך נישט אוועקגערירט פון יענעם וואנט.
[בעאַרבעטן] סאטמאר איסור
פון סאטמאר רס ר' יואל טייטלבוים איז דא אן איסור אהין צוגיין ווייל עס געבט חיזוק פאר די ציונים.
[בעאַרבעטן] היסטאריע
אין די צייטן פון דאס בריטישע מאנדאט האבן די יידן נישט געטארט דארט אוועקשטעלן בענק און מאכן א מחיצה צווישן מענער און פרויען. אבער יום כיפור ה'תרפ"ט האבן די יידן אויסגעבראכן דעם פארבאט און האבן דארט יא אוועקגעשטעלט בענק און האבן יא געמאכט א מחיצה, דאס איז איינע פון די סיבות וואס די אראבער האבן דאן אויפגערודערט מיט טעראר ביי די תרפ"ט ראיאטן.
[בעאַרבעטן] דערויסענדע לינקס
- כותל קעם, לייוו 24 שעה אין טאג. [1]