נאציאנאליזם
פֿון װיקיפּעדיע
א נאציע מיינט א גרופע מענטשן וואס האבן צווישן זיך אן אייגענעם שניט ווילנדיגערהייט אידיאלאגיש אדער פאליטיש און זייער ציל איז צו האבן א זעלבסטהערשאפטע מדינה.
אנדערש איז א פאלק (אדער עדה) וואס האבן אויך ענדלעכע כאראקטעריסטיקייט אבער זייער ענדליכקייט אין נישט ווילנדיג נאר מען ווערט מיט זיי געבוירן (צ.ב.ש זיי האבן אן אייגענעם שפראך, קולטור, שטאם, רעליגיע, היסטאריע א.ד.ג.) אבער זיי שטרעבן נישט צו האבן אן אייגענע מדינה. (ווי צ.ב.ש. די דרוזער זיינען א קראנגעגאציע אבער נישט קיין נאציע).
עס זיינען דא מדינות וואס זיינען געשטעלט מער קאנגרעגאציש (צ.ב.ש. מדינת ישראל וואס זייער אידיאלאגיע שטאמט פון קאנגרעגאצישע סיבות און דערפאר פירט זי זיך אויך א ביסל לויט איר קאנגרעגאציע (זעט מער אין "יידישע מדינה") און עס זיינען דא מדינות וואס זיינען געשטעלט מער פאליטיש (צ.ב.ש. אמעריקע וואס איז געגרינדעט געוורן בלויז פון א פאליטישע אידיאלאגיע. און דערפאר פירט זי זיך גלייכרעכטיק מיט אלע בירגער און פארמאגט נישט קאנגרעגאצישע געזעצן).
[בעאַרבעטן] סארטן מדינות
1. א מדינה מיט נאר איין פאלק. (צ.ב.ש. יאפאן, פּאָרטוגאַל)
2. א מדינה מיט איין גרויסע פאלק און מיט איינע אדער עטליכע קליינע פעלקער. (צ.ב.ש. מדינת ישראל וואס דער עיקר זיינען די יידן אבער ס'איז דא דארט אויך אנדערע פעלקער אראבער, און דרוזער.)
3. א מדינה מיט צוויי פעלקער. (צ.ב.ש. בעלגיען.)
4. א מדינה וואס געהערט צו אפּאָר פעלקער (צ.ב.ש. שווייץ.)
דער אונטערשייד צווישן א קאנגרעגאצישע מדינה צו א פאליטישע מדינה איז, אין א קאנגרעגאצישע מדינה געהערט נישט יעדער בירגער צום נאציאנאל (צ.ב.ש. אן אראבער אין מדינת ישראל ווערט נישט אויטאמאטיש א ייד) אבער אין א פאליטישע מדינה, געהערט יעדער בירגער אויך צום נאציאנאל פון די מדינה.