נחל החרדי
פֿון װיקיפּעדיע
נחל החרדי איז דער באטאליאן אינעם איזראעלי ארמיי, צה"ל, וואס איז געאײַגנט פאר פרומע אידן. אינאיינעם מיט די מיליטערישע בילדונג, לערנט מען תורה אפאר שעה אין טאג, און עס ווערט אויך צוגעשטעלט אלע באדערפענישן וואס פארלאנגן זיך פאר חרדישע אידן.
דער באטאליאן איז ספעציעל געגרינדעט געווארן צו אדרעסירן דעם וואקסענדן פראבלעם פון געוויסע בחורים וואס פילן נישט ביכולת צו בלייבן ביים לערנען דאס גאנצע לעבן אבער קענען נישט ארויסגיין ארבעטן צוליב זייערע מיליטער'ישע התחייבות'ן. דאס האט צוגעפירט, אחוץ דעם וואס פאר פילע בחורים און יונגעלייט האט געפעלט טאג-טעגליכע סיפוק, זענען געווען פיל וואס האבן זיך געדרייט ליידיג אין די ישיבות און אין די גאסן און אפילו קאליע געמאכט אנדערע.
מיט דעם באטאליאן איז ערמעגליכט געווארן אז די אלע זאלן קענען גיין ארבייטן און זיין גוטע בעלי בתים אזוי ווי עס איז מצוי ביי אמעריקאנער חרדים, וואס די מערסטע פון זיי ארבייטן פאר פרנסה.
עס זענען דא צווישן די פרומע אזעלכע וואס זענען שטארק דערגעגן צוליב פארשידענע סיבות, און זיי זענען ארויס מיט א מלחמת חרמה קעגן דעם, טענה'נדיג אז די וואס שליסן זיך אן ווערן דארט קאליע.
שטילערהייט ווערט עס געשטיצט דורך רבי אהרן לייב שטיינעמאן. ער האט געהאט אויף דעם אויסצושטיין רדיפות פון די קנאים, און א מאסן פראטעסט איז געהאלטן געווארן קעגן אים אויף זיין לעצדיגן באזוך אין בארא פארק.
- זייער וועב סייט: נחל חרדי