עירוב
פֿון װיקיפּעדיע
עירוב געווענליך מיינט דאס עירובי חצרות, אזאלכע שטאנגן וואס שטריק לויפט אויף דעם ארום צונעמען די שטח אדער חצר מ'זאל מעגן טראגן דארטן אין שבת.
מען האט דאס געמאכט אין פיל גרויסע שטעט אין אייראפע. און אין טייל שטעט האט מען דאס נישט געלאזט מאכן. צוליב דעם אז עס וועט נשתכח ווערן הלכות הוצאה והכנסה.
אבער אנדערע לייקענען און זאגן אז דאס וואס מען האט נישט געמאכט א עירוב דארטן איז צוליב זייטיגע מחלוקת און נישט סזאל ינשט פארגעסן ווערן די הלכה פון נישט טראג.
אין אלץ הוצאה והכנסה ס'זאל נישט מפארגעסן ווערן, האט מען געטוהען איינע פון די צוויי זאכען אדער אז איינער פון שטאט זאל נישט טראגן נאר איינער, איו און מערסטענ'ס פעלער האט מען פשוט געלאזט ביים עק שטאט א קליין שטיקעל פלאץ ווי ס'נישט דא קיין עירוב און מ'האט מפרסם געווען אין שטאט אז יענע גאס האט נישט קיין עירוב,אזוי ווי ס'שטייט אין שו"ע.
אבער קיינמאל איז נישט געווען צוליב דעם וואס מען האט נישט געמאכט, (וואס אויף איינער וואס לאזט נישט מאכען קיין עירוב שרייבט די רא"ש אז מ'מעג איהם הארגענען יום כיפור שחל להיות בשבת)
דא איז די רא"ש בשאלות ותשובות רבינו אשר, כלל עשרים ואחד: וז"ל: "אני מנדה אותך. ואם היית בימי הסנהדרין היו ממיתין אותך דאס איז איין תשובה און א צווייטע שרייבט די רא"ש געפערלך שארף נאך שארפער. וואס איז די תשובה אויף נזכה ונחיה ונראה!!
אינהאַלט |
[בעאַרבעטן] היינט צוטאגס
צי מען מעג דאס היינט מאכן און טראגן דערמיט אין שבת.
אין די ערשטע יאהרן אין אמעריקא זענען דא אויך געווען עירובין און ס'איז דא ביז היינט אין מאנסי, קרית יואל, כמעט רוב ארץ ישראל, לאנדאן און כמעט יעדע שטאט איבער די גארער וועלט ווי ס'וואינען אידען איז מען מהדר צו מאכען אן עירוב.
ביז לעצטענ'ס ווען ס'איז ארויסגעקומען א תשובה פון ר' משה פיינשטיין אז געוויסע שטעט האבן לויט געוויסע רבנים בעיקר פין די ליטא א דין פון א רשות הרבים , וואו עס העלפט נישט קיין עירוב פין צורת הפתח צו מתיר זיין דאס טראגן.
האט זיך אנגעהויבען א גאנצע עסק צו מ'מעג יא צו מ'מעג נישט, די מחלוקת גייט אהן אין די געגנטער אין ברוקלין ווי וויליאמסבורג, פלעטבוש, בארא פארק קיו גארדנס ווי יעדער ציטירט גדולים צו זייער זייט, למשל אין סאטמאר אליינס (זעהט אויס אז מהאט שוין געקענט פארגעסן וואס ער האלט) זענען דא צוויי קעגענזייטיגע מיינונגען, וואס די סאטמארער רבי'ס מיינונג איז, מיטן עירוב, צו קעגן עירוב,
[בעאַרבעטן] רבנים פין פריערדיגע דור אין אמעריקע פאר
רבי יונתן שטייף
[בעאַרבעטן] רבנים פין פריערדיגע דור אין אמעריקע דערגעגן
הרב אהרן קאטלער
[בעאַרבעטן] עירוב תחומין
[בעאַרבעטן] עירוב תבשולין
[בעאַרבעטן] וועב זייטלך
http://www.eruvonline.blogspot.com