פּינגװין
פֿון װיקיפּעדיע
דער פּינגװין איז אַ פֿױגל, װאָס קאָן שױן גאָר נישט פֿליגן. װײל זײַן פֿליגלען זענען קורץ, באַדעקט מיט האַרטע שופּן און אָן פֿליג־פֿעדערן. זײַנע פֿיס זענען נאָר פֿון הינטן. דעריבער שטייט ער אױף דער ערד גאַנץ גראָד און שפּאַרט זיך דערבײַ אָן אױף זײַנע האַרטע עק־פֿעדערן. גײענדיק, מאַכט ער מיט די פֿליגלען און פֿאַלט אָפֿט אַנידער. דערפֿאַר אָבער שװימט ער אױסגעצײכנט און די פֿליגלען דינען אים דעם זעלבן צוועק װי פֿליסן בײַ אַ פֿיש. ער פֿלעגט אין װאַסער. ער לעבט שטענדיק אין ים און גײט אַרױס נאָר צו בריִען זײַנע אײער אױפֿן ברעג. ער דערנערט זיך מיט פֿיש און פֿלאַנצן.
דער פּינגװין לעבט אין דעם דרום־טײל פֿון שטילן אָקעאַן און מאַכט זײַן נעסט אָן אַן "אײנזאַמער אינזל" װוּ רױב־שנאָבל־חיות קומען נישט אָן.