פעילד מעסייע
פֿון װיקיפּעדיע
פעילד מעסייע (יידיש: דורכגעפאלענער משיח) איז א חסידישע ליובאוויטשער בלאג פון א בעל תשובה דורך חבד מיטן נאמען ר' שמריהו ראזנבערג. דאס מיינט א דורכגעפאלענער משיח דאס רעדט דארטן דער מחבר ארום איבער דעם גרויסן אנטוישונג אז דער לעצטער ליובאוויטש רבי, ר' מנחם מענדל שניאורסאהן האט אנגערייצט זיינע חסידים טאג איין טאג אויס און משוגע געמאכט די וועלט כאילו ער איז עפעס א משיח און אז ער גייט אונז אויסלייזן און אלעס האט זיך אויסגעלאזט מיט א געקראכטן באלון.
די בלאג ווערט אפדעיטעט יעדן טאג מיט נייעס וואס פאראינטערסירן חרדישע אידן. עס איז אויך העכסט קריטיקל אויף דעם גאנצן חרדישן היארעכיע פון די השגחה סיסטעם ביז די שידוכים קיזיס פון בעלי תשובה און איבערהויפט די דערווייטערונג פון חבד פון עטיפאשען אידענטום ווייל זיי זענען שווארצע, ער באשולדיגט דעם חסידות אין זיין בלינדע ראסיסטען.
זיין מאטא איז א פראזע פון אלי וויזעל: שווייגן איז מחזק דעם פייניגער קיינמאל דעם פארפייניגטער. דעריבער איז ער נישט שטיל, ער טענה'ט אז חבד זייט אן חורבן אין די וועלט, ווייל מיט זייער קבלה מיסטישער צוגאנג און אפענער אין-דיין-פנים שטאלצע אידישער אידענטיטעט כאפן זיי אריין אסאך אמעריקאנער סעקולארע איגענט און באמת גייט זיי נישט אן יידישקייט נאר חסידות פון זייער רבין און די אלע בעלי תשובות ליידן זיך אן זייער גאנץ לעבן, מיינענדיג אז די מיסטישע גלויבן איז ארגינעלע אידישקייט.