ריווינגטאן שול
פֿון װיקיפּעדיע
די ריווינגטאן שול איז דער שול אין דער לאוער איסט סייד, אויף ריווינגטאן סטריט צווישן לאדלוי און ארטשערד סטריטס. סאיז אויך באקאנט אלס דער ערשטער ראמעינישער שול, אוואו עס האט געווירבעלט מיט אידן און די צייטן ווען איסט סייד איז געווען יידיש, עס האבן דארטן אויפגעטרעטן די גרעסטע חזנים אין די אידישע היסטאריע, יאסעלע ראזנבלאט, קאסעוויצקי, און נאך.
איר לעצטער רב, הרב יעקב שפיגל איז געשטארבען פון א פאטאלער הארץ אטאקע מוצאי תענית שבעה עשר בתמוז אינמיטען א סעודת ברית וואס ער האט געמאכט פאר א פרייע פארפאלק.
זיינע קינדער ר' שמואל פון איסט סייד ר' משה פיינשטיין'ס כולל, און זיין ברודער גרשון שפיגעל דער טוען רבני פון לעיקוואד, דינען צוזאמן היינט צוטאגס ברבנות.
עס איז צאםגעפאלן די דאך, און די שפיגל קינדער האפן אז דאס וועט ברענגן אסאך געלט אויפצולעבן דעם שול.
סאטמאר שוהל 13 הופער • סאטמאר שוהל ראדני • סאטמאר שוהל 53 סטריט (בארא פארק) • שומרי שבת (בארא פארק) • ריווינגטאן שול • עלדריזש סטריט שול • חורבת ר' יהודא החסיד • בית המדרש הגדול (מאנהעטן) • קעיזנעוו • בית ישראל (שול) • ראוד איילענד טורא • חתם סופר שול