שמואל פריעד
פֿון װיקיפּעדיע
שמואל פריעד איז היינט צוטאגס פון די גרעסטע טוענים אין די וועלט. זייענדיג א שארף קעפל און שטייפער פארהאנדעלער האט ער זיך ערווארבן א רעפוטאציע אז סלוינט זיך אים צו האבן אויף א בעל דין'ס זייט כדי ארויסצוגיין זכאי, און אויב נישט הונדערט פארצענט גערעכט וועט ער פייטן אז איר זאלט נישט פארלירן אזוי שטארק.
ער איז אויף די וועלט בארימטע קעיס קעגן מרדכי טענדלער. אויך איז ער געווען דער וואס האט אנגעמאכט דעם גט פון רבי מעכיל לעבאוויטש, און נאך אסאך וועלט באקאנטע סקאנדאלן וואס זיין אקטיווער פיסקל האט אנגעמאכט שטורעמען און ערד ציטערענישן אינערהאלב דעם יהדות החרדית.
[בעאַרבעטן] היסטאריע
ער איז געבוירן אין אונגארן גלייך נאך די צווייטע וועלט קריג.
זיינע עלטערן זענען מיט אים אנטלאפן קיין דייטשלאנד אויף פערנוואלד.
אין אנפאנג 50יער יארן זענען זיי געקומען קיין אמעריקע.
זיין טאטע איז אין אנפאנג געווען א מלמד אין צעהלים תלמוד תורה, אבער צעהלימער און פאפא רב ז"ל האבן אים געבעטן צו זיין א שוחט וויבאלד ער האט געהאט זיך געלערנט שחיטה נאך אין אונגארן פאר די קריג.
ער האט געלערנט אין צעהלים, דערנאך אין סאטמאר ביז די זעכצען.
ביי די זעכצען איז ער געגאנגען לערנען אויף בית מדרש העליון.
ער האט חתונה געהאט אין מאנטריאל און געקומען צוריק וויאנען אויף וויליאמסבורג ניו יארק גלייך נאך די חתונה.
ער איז דערנאך געווארן א שוחט פאר צעהלים, און איז געווען זייער שוחט ביז אנפאנג נ' יארען. כאטש די שחיטה האט נאר אנגעהאלטן זייט די מם'ס פאר כפרות ערב יום כיפור.
אנפאנג מם יארן האט ער געשלייפט דיאמאנטען און דערנאך געווארן א טוען רבני.
פון זיינע באקאנטע מערכות:
- סאטמאר מחלוקת אויף די זייט פון זלמן לייב טייטלבוים, וויבאלד עס איז אבער נישט מער ביי דין תורה איז ער נישט צופיל אקטיוו אין דעם. ה'תש"ס - עד היום.
- ניקולשבורג רבי קעגן זיין ערשטע ווייב, אויף די זייט פון די פרוי. ה'תשמ"ב - ה'תשמ"ה
- מרדכי טענדלער קעגן הסתדרות הרבנים, אויף די זייט פון הסתדרות הרבנים. ה'תשס"ה - ה'תשס"ו
- נחמן בראך קעגן סאטמאר קהילה וועגן בית יואל אויף די זייט פון נחמן בראך. ה'תשמ"ט - ה'תשנ"ד
- יחזקאל גאלד קעגן סאטמאר מאנסי, אויף די זייט פון יחזקאל גאלד. ה'תשנ"ד
- מאיר דייטש קעגן אהרן טייטלבוים וועגן גמ"ח קרן חתנים קרית יואל, אויף די זייט פון מאיר דייטש. ה'תשנ"ב
- כוונת הלב קעגן קראסנא אויף די זייט פון כוונת הלב, ער איז דער וואס האט אויסגעארבייט די פשרה. ה'תשנ"ג - ה'תשנ"ו
- היתר מאה רבנים פון מלכיאל קאטלער, אויף די זייט פון מלכיאל קאטלער. ה'תשמ"ב - ה'תשמ"ה