תפילין
פֿון װיקיפּעדיע
תפילין איז א אידישע רעליגיעזע אביעקט וואס איז א מצוה פאר מענער צו אנקניפן יעדן אינדערפרי ווען מען דאווענט שחרית. עס איז צוויי שווארצע קליינע קעסטעלעך געמאכט פון לעדער וואס ליגט אין איר פארשטעקט פיר פרשיות (פאראגראפן) פון די תורה געשריבן אויף פארמעט מיט אשירות. די תפילין קניפט מען אן מיט לעדערענע סטראַפּס, איינס אויף דעם ארעם קעגן דאס הארץ, און איינס אויף די קאפ העכער די מוח.
אינהאַלט |
[בעאַרבעטן] די פיר פרשיות
די מצוה פון תפילין ווערט דערמאנט אין די תורה פיר מאל, אין פיר באזונדערע פרשיות. אט די פיר פרשיות שרייבט מען אויף די תפילין.
פרשה | מקור | די פסוק פון תפילין | אידיש איבערזעצונג |
קַדֶּש | פרשת בא, שמות י"ג פון פסוק א' ביז י"א | וְהָיָה לְךָ לְאוֹת עַל יָדְךָ וּלְזִכָּרוֹן בֵּין עֵינֶיךָ. | אין עס זאל זיין צו אייך פאר א צייכן אויף אייער האנט און צו א געדענקעניש צווישן אייערע אויגן. |
וְהָיָה כִּי יְבִיאַךָ | פרשת בא, שמות י"ג פון פסוק י"א ביז י"ז | וְהָיָה לְאוֹת עַל יָדְכָה וּלְטוֹטָפֹת בֵּין עֵינֶיךָ. | און עס זאל זיין א צייכעניש אויף אייער האנט און תפילין צווישן אייערע אויגן. (די ווארט "טוטפת" איז א צוזאמשטעל פון צוויי ווערטער "טט" און "פת", זיי ביידע מיינען די נומער צוויי און די שפראכן "כתפי" און "אפריקי", קעגן די 4 פרשיות). |
שְמַע | פרשת ואתחנן, דברים ו' פון פסוק ד' ביז י' | וּקְשַׁרְתָּם לְאוֹת עַל יָדֶךָ וְהָיוּ לְטֹטָפֹת בֵּין עֵינֶיךָ. | און איר זאלט אנקניפן אלס אן צייכן אויף אייער האנט און עס זאל זיין צו תפילין צווישן אייערע אויגן. |
וְהָיָה אִם שָׁמׁעַ | פרשת עקב, דברים י"א פון פסוק י"ג ביז כ"ב | וּקְשַׁרְתֶּם אֹתָם לְאוֹת עַל יֶדְכֶם וְהָיוּ לְטוֹטָפֹת בֵּין עֵינֵיכֶם | און איר זאלט זיי אנקניפן אלס א צייכן אויף אייערע הענט און עס זאלן זיין צו תפילין צווישן אייערע אייגן. |
[בעאַרבעטן] של ראש און של יד
די תפילין איז א פאר פון צוויי קעסטלעך, די קעסטלעך רופן זיך "בתים", איינס קניפט מען אן אפען ארעם דאס רופט "של יד", דער צווייטע טוט מען אן אויפ קאפ, דאס רופט זיך "של ראש".
די סטראפס וואס בינדן אן די קעסטעלעך רופן זיך "רצועות".
די בתים דארפן זיין פונקטליך 4 עקנדיג, די ברייט די זעלבע ווי די לענג.
די של ראש און של יד זענען אנדערעש סיי אין די פרשיות סיי אין די בתים און סיי און די רצועות.
די של ראש האט אינווייניג אין די קעסטעל דריי מחיצות וואס ווערט דערפון פיר דינע שמאלע בתים און אינצווישן די מחיצות לייגט מען אריין א באזונדער פארמעט מיט א באזונדערע פרשה, יעדע פרשה ווערט עקסטער אפגעשריבן אויף א באזונדער שטיקל פארמעט.
אנדערש איז דער של יד, וואס מען שרייבט די פרשיות אויף איין לאנגע פארמעט און די קעסטל איז איין גרויסע קעסטל.
צו פאבריצירן בתים איז א פאך וואס רופט זיך א "בתים מאכער".
די של ראש איז סאך שווערער און קונצליכער צו מאכן ווי דער של יד, צוליב די קאמפליצירטקייט פון די מחיצות, און מ'מוז עס מאכן מיט איין שטיק לעדער.
צו מאכן דער של ראש, נעמט מען א שטיקל האלץ אויסגעשניטן פיר עקנדיג בערך אביסל קלענער ווי די בתים, דערנאך שנייט מען אריין דריי טיפע שניטן דורך אויס די לענג פון די האלץ, דערנאך נעמט מען הויט ווען עס איז נאך ווייעך אין פייכט און מדעקט עס איבער די האלץ און משטיפט אריין די הויט אין די דריי לעכער, דערנאך טוט מען אויגלעטן די הויט זאל זיין שיין עקענדיג, ווען די הויט איז שוין הארט און טריקן שלעפט מען ארויס די האלץ פון די הויט אזוי אטאמאטיש ווערט אונעם קעסטל פיר צימערן.
[בעאַרבעטן] רש"י און ר"ת
[בעאַרבעטן] אנטוהן
די קעסטלעך טוען סימבאליזירן אז די מוח און הארץ זענען פארבינדען מיט געטריישאפט און שטאלץ פאר א אייביגע פעסטע קנעכטשאפט צו גאט.
אידן און אידישקייט | |
עיקרי האמונה | |
גאט יציאת מצרים · עשרת הדיברות · שלושה עשר עיקרים מצוות · תורה אמונה · בחירה |
|
אישים מרכזיים | |
אבות ואמהות האומה · שופטי ישראל · דוד המלך · שלמה המלך נביאי ישראל · חז"ל · משיח |
|
ספרי קודש | |
תורה · תנ"ך · משנה · תלמוד מדרשי הלכה · מדרשי אגדה · סידור · משנה תורה · שולחן ערוך · שו"ת · ספר הזוהר · מפרשים |
|
מצוות און מנהגים | |
הלכה · תרי"ג מצוות · בית דין צדק · תפילה · לימוד תורה · צדקה · גמילות חסדים · שמע ישראל · ימים טובים · יום כיפור · שלוש רגלים · תשעה באב · משפחה: ברית מילה · פדיון הבן · זבד הבת · בר מצווה · נישואין · טהרת המשפחה · מעמד האישה ביהדות · צניעות · שטאַרבן: לוויה · קבורה · שבעה · קדיש · חברה קדישא | |
יידיש קהילה לעבן | |
שטעלעס: רב · דיין · חזן · גבאי · מוהל · שוחט · קברן מוסדות: בית כנסת · בית מדרש · מקווה · תלמוד תורה · ישיבה · כולל תפילה בציבור: מניין · ארון הקודש · חזנות · שמונה עשרה · שחרית · מנחה · מעריב · מוסף · קריאת התורה · שמע ישראל · ברכה · קידוש |
|
היסטאריע פֿון דעם יידישן פֿאלק | |
תקופת האבות · יציאת מצרים · תקופת המקרא · תקופת בית ראשון · תקופת בית שני · תקופת הגלות · אנטישמיות · ציונות · השואה · היסטוריה של מדינת ישראל | |
יהודים | |
מיהו יהודי · גיור · דאס יידישע פֿאלק · באוווסטע מענטשן ·
|