װיקיפּעדיע:אויסמעקן פאליסי
פֿון װיקיפּעדיע
דער בלאט איז אן אפיציעלער פאליסי בלאט פאר דער יידישער וויקיפעדיע. עס איז ברייט אנגענומען דורך שרייבערס און עס איז ראטזאם נאכצופאלגען די אנווייזונגען דערינען. אויב ווילט איר ענדערן פאליסיס אין דעם בלאט, מאכט זיכער אז עס איז דא אויף אייערע טוישונגען א קאנצענזוס. אויב האט איר א ספק דאן רעדט עס דורך אויפ'ן רעדן בלאט. און אויב ווילט איר אפשרייבן נייע שכל'דיגע פאליסיס מוז דאס זיין פאסעדיג צו די הויפט ענגלישע וויקיפעדיע (און\אדער היברו וויקיפעדיע) פאליסיס. |
פאליסיס |
---|
ארטיקל סטאנדארטן |
נייטראל |
צוזאמעמן ארבייט מיט אנדערע |
זיך אויפפירן העפליך |
ארטיקלן און בילדער געשטעלט צו מעקן, קודם ברויכט איר וויסן אז בלויז סיסאפן קענען זיי אויסמעקן. אלגעמיינע באנוצער קענען נאר ענדערן דעם ארטיקל, אבער עס וועט אייביג ווייזן אין איר געשיכטע. מען קען אבער לייגן א מוסטער, ווי דאס: {{אויסמעקן|סיבה}} און דאס וועט אטאמאטיק אריינגיין אין א ליסטע וואס די סיסאפן טשעקן כסדר און אויס עס וועט זיי געפעלן אייער טענה וועלן זיי דאס תיכף אויסמעקן.
פאר ווען איר לייגט דער מוסטער "אויסמעקן" כאפט פריער א בליק אין די געשיכטע פון דער ארטיקל צו די פריעריגע ווערסיעס זיינען אויך שלעכט געשריבן.
אויב האלט איר אז מען דארף אויסמעקן א רעדן-בלאט, לייגט דעם מוסטער ביים רעדן-בלאט און נישט ביים ארטיקל.
כדי צו צולייגן דעם פורעם, שרייבט אזוי: {{אויסמעקן}} און איר וועט זען דעם פורעם: |-
אויב איר קלערט אז עס איז יאָ פּאַסיג, ביטע צייכנט דאָס אָן אין זיין רעדן-זייט, אַנדערשט, קען מען איר אין א וואָך אַרום אויסמעקן
סיבה: {{{1}}}
פארשטייט זיך די סיסאפ וואס מעקט האט אן אחריות צוריקצושעטלן די פאר אדער אפילו איין ווארט וואס איז יא געווען צו דער זאך. אפילו רוב תוכן האט געברויכט געמעקט צו ווערן.
[בעאַרבעטן] ווען יא צו מעקן
- ליגענט, יעדער איז באגלייבט צו ערקלערן ליגענט אויב עס האט נישט קיין מקור. אחוץ אזא איינער וואס האט שוין 3 מאל געזאגט אפענע ליגענט איז ער דאך מוחזק שקרן, טאר מען אים נישט גלייבן אויף גארנישט.
- לשון הרע אויף א פובליק פיגור, אפילו עס איז אמת, אבער עס האט נישט קיין מקור. - ווייל עס איז נישט גענוג עס זאל ווערן געעדיט ארויס די שלעכטע שורות, ווייל דעמאלטס קען דאס נאך אלס געזען ווערן אין געשיכטע.
- פריוואטהייט פאליסי פארלעצונגען. - גילו פון נעמען פון באנוצער, אדער קאפירייט פארלעצונגען פון ארטיקלן.
- ספעם. - עדווערטייזמענט פאר ביזנעסער, וואס זייער כוונה איז בלויז צו מאכן געלט, און נישט די אינפארמאציע ציל.
- דאס גאנצער ארטיקלן אנטהאלט בלויז וואנדאליזם.
- טעסט ארטיקלן געפענט דורך נייע באנוצער וואס האבן געוואלט אויסטרעפן וויקיפעדיע,
- טעות: ספעלינג אדער די אינהאלט איז געמאכט געווארן פון אנפאנג דורך א טעות, צו ווייל דאס איז אויפאלענד, אדער דער מחבר זאגט אליינס אזוי.
- ארטיקלן וואס זענען נישט קיין פובליק אינטערעסע. ווי פריוואטע מענטשן אדער ביזנעסער און זאךן וואס דאס רעדט זיך איז נישט אינטערסירט פאר קיינעם.
- געדופעלטע ארטיקלן, (עס איז אייביג געאייגענט צו מאכן א רידיירעקט ענדערשטער)
[בעאַרבעטן] ווען נישט צו מעקן
- זייער קורץ - ווייל אונזער וויקיפעדיע האט נישט מער ווי איין צוויי באנוצער, און מסתם דער וואס האט דאס געפענט האלט אינמיטן דאס שרייבן. אדער ער האט פארגעסן דאס צו בארבייטן און מיר דארפן אים נאר דערמאנען דאס צו פארברייטערן. - צו מעקן ווי מער ארטיקלן און פארארימען וויקיפעדיע. מען דארף צו דעם {{פארקורצט}} מוסטער וואס דאס וועט אטאמאטיק אריינגיין אין א ליסטע פון ארטיקלן וואס ברויכן וואלענטורן זאלן עס בארבייטען.
- צו ווייניג תוכן. - דערווייל איז א קליינער ארטיקל מיט עטליכע ווערטער בלויז איז נישט ערלויבט צו מעקן, ווייל אונזער וויקיפעדיע איז נאך זייער קליין. און א ווערטער בוך איז דערווייל אויך א שיינער חלום פאר אונז וואס מיר האלטן נאך גאר ווייט. ווער רעדט נאך פון וואגן זיך צו חלום'ען איבער א ענציקלאפידיע. מיט די צייט וועט אן ארטיקל וואס איז נאך דערווייל ווי א ווערטער בוך ווערן אויסגעארבייט צו א פילער אינפארמאטיווער ארטיקל. מען דארף צולייגן דעם {{פארקורצט}} מוסטער וואס דאס וועט אטאמאטיק אריינגיין אין א ליסטע פון ארטיקלן וואס ברויכן וואלענטורן זאלן עס בארבייטען.
- אז עס שטימט נישט מיט סיי וואסארא פאליסיס און גיידליין'ס פון וויקיפעדיע, דארף מען דאס פארעכטן און ענדערן. נישט מעקן. ווי למשל אויב עס איז געשריבן נישט נייטראל אדער עס האט נישט קיין מקורות א.א.וו. טאר מען דאס נישט מעקן.