אלטא פייגא טייטלבוים
פֿון װיקיפּעדיע
מרת אלטא פיגא טייטלבוים ע"ה, איז געווען די צווייטע רביצין פון סאטמאר רבי ר' יואל טייטלבוים זצוק"ל.
זי איז געבוירן אין יאר תרצ"א מיטן נאמען אלטא פיגא שפירא, אין די שטאט טשענסטעכאוו פוילן, דער סאטמאר רבי איז געווען 45 יאר עלטער פון איר.
דער סאטמאר רבי'ס טאכטער רויזא'לע איז געווען כמעט צעהן יאר אלטער פון די רביצין, דעריבער האבן זיי זיך קיינמאל פארטראגן. טייל היסטאריקער גיבן אן אז די פריצייטיגע פטירה פון רבינ'ס טאכטער, אום יאר תשי"ד איז א דאנק די רדיפות פון די רביצין. עטוואס פאר רויזא'לע איז אוועק האט זי פארלוירן א קינד וואס זי האט געשוואנגערט, און טייל זאגן א מ'האט איר במכוון אראפגעווארפן די שטיגן, דורך די שטיצער פון רביצין.
זי איז געווען א פראמינענטע און איינפלוסרייכע פרוי אין סאטמאר אמעריקע, בחייו פון רבינו יואל, ווי זי האט אנגעפירט מיט פילע טעטיקייטן, און געווען פארמישט און אלעם אין סאטמאר.
נאכן הסתלקות פון רבי'ן האט זי זיך אפגעטיילט פון די נייע הנהגה פונעם ברך משה, און זיך געפירט א זעלבסטשטענדיגע ווירטשאפט, ווי עס זענען געווען שארפע שטרייטן צווישן איר אונעם ברך משה. איר שטיצער זענען געווען די בני יואל.
זי איז אוועק י"א סיון תשס"א, און ליגט לעבן איר מאן אין קרית יואל, אירע שטיצער האבן זיך אנגעשלאסן אין ר' זלמן לייב טייטלבוים שליט"א איינע פון די היינטיקע סאטמארע רבי'ס.