ארבעה מינים
פֿון װיקיפּעדיע
די פיר מינים זיינען לולב, אתרוג, הדס און ערבה. אין די יידישע תורה דארף מען זיי ביי די אלע זיבן טעג פון יום טוב סוכות, אזוי ווי עס שטייט: וּלְקַחְתֶּם לָכֶם בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן פְּרִי עֵץ הָדָר כַּפֹּת תְּמָרִים וַעֲנַף עֵץ עָבֹת וְעַרְבֵי נָחַל וּשְׂמַחְתֶּם לִפְנֵי יְהוָה אֱלֹהֵיכֶם שִׁבְעַת יָמִים. ויקרא (כ"ג מ)
פארן שאקלען לולב זאגט מען די פאלגענע ברכה: ברוך אתה ה' אלוהינו מלך העולם, אשר קדשנו במצותיו, וציונו על נטילת לולב.
[בעאַרבעטן] טעם
מען שאקעלט דאס זיך צו ערוועקן מיט פרייד צו אפגעבן לויב און דאנק פאר די גוטע פלאנצונגן.