אריה לייב גלאנץ
פֿון װיקיפּעדיע
ר' אריה לייב גלאנץ איז דער אנפירער פון די ארונישע מוסדות החינוך אין וויליאמסבורג, ער איז געווען דער אנפירער פון די סאטמאר מוסדות אין וויליאמסבורג ביז די זאלוינים האבן דארטן איבערגענומען די ווירטשאפט.
זיין קאריערע האט זיך אנגעהויבן אלס א פשוטער באס דרייווער, וואס ר' לייביש לעפאקאוויטש דער דאמאלטסדיגער מנהל האט אין אים געזעהן אן ענערגעטישער עסקן און אים דערהויבן ביזן שפיץ, אנצופירן די ברייט פארצווייגטע נעץ פון בנינים און פינאנצען, ביז דרשות ביי צוזאמקנופטן, ער איז געווען נאנט צו אלע פאליטיקער וויסענדיג אז ער קאנטראלירט די שטימע פון וויליאמסבורג. זיין ארבייט איז געווען פיר און צוואנציג שטונדען, פון פארמאכן חתונה זאלן שפעט אויפדערנאכט ביז פארטאגס קאנטראלירן די באסעס. ער האט א עס. יו. ווי. מיט אסאך לעלו לייטס פאר זיינע צוועקן למען אחינו בני ישראל, ער פלעגט אויך אנפירן די חברה הצלה.
די זאלוינים ווען זיי האבן אים ארויסגעשליידערט פון די מוסודות האבן אנגעגעבן דער סיבה דערפאר נישט ווייל ער איז אן ארוני, נאר צוליב דעם וואס ער האט נישט גוט געפירט די פינאנצן, און איז בלויז פארנומען געווען מיט פאליטיק פון שוויצן און זיך מאכן וויכטיג מיט לעלו לייטס. מלכתחילה האבן זיי אים צוגעזאגט גרויס געלט פארן אפטרעטן, און ער האט געווארט דערויף א לאנגע צייט, זיך אפילו צושטעלנדיג צו זייער פארטיי, אנשטעלנדיג א פנים כאילו ער איז א זאלי, אבער ער איז מיד געווארן פון ווארטן אויף די געלט, און נאך 5 יאר האט ער זיך אפען ארויסגעשטעלט אלס ארוני.
ווען ער איז געפלויגן פון זאלוינים האט ער אויסגענוצט זיינע פאליטישע קשרים צו באקומען א טשאפלען (ראביי) זשאב אין איינע פון די טורמע'ס אין ניו יארק דערמיט ווייטער ארויסהעלפענדיג אין עסקנות, אבער קיין ברויט אין שטוב האט ער נישט געהאט איצט איז ער צוריק אין פולן שוואונג.
קאַטעגאָריעס: ארונים | עסקנים | סאטמאר