דאס בריטישע מאנדאט
פֿון װיקיפּעדיע
דאס בריטישע מאנדאט איז דער נאמען פון דאס מאנדאט וואס די בריטן האבן באקומען פון די פעלקער בונד צו הערשן אויף ארץ ישראל, פאלעסטינע, צווישן די יארן ה'תר"פ ; 1920 - ביז ה'תש"ח ; 1948 ווען מדינת ישראל איז געגרינדעט געווארן. זי איז אויפגעשטעלט געווארן מיט א ציל צו אויפבויען א "יידישע נאציאנאלע הויז" (בית לאומי) פאר די יידן אין ארץ ישראל לויט ווי די בריטן האבן ערקלערט אין די באלפור דעקלעראציע.