דימונה
פֿון װיקיפּעדיע
דימונה איז א שטאט אין די דרום דיסטריקט אין מדינת ישראל, געגרינדעט אין 1955, באקומען די נאמען שטאט אין 1969, לויט די סטאטיסטיק'ס דעפארטמענט (הלשכה המרכזית לסטטיסטיקה) פאר דעצעמבער 2005, איז דא אין דימונה 33,500 איינוואינער. די יערליכע וואוקס ראטע האלט ביי 0.6 פראצענט. רוב זענען אידען. דארט איז אויך די צענטער פאר אפריקאנער וואס טענה'ען אז זיי שטאמען פון שבט יהודה.
דימונה איז באקאנט פאר די שכינות'דיגע פארשונג צענטער פאר נוקלעארע וואפען וואס איז 10 קילאמעטער דרום-זייט פון שטאט, דימונה איז אויך 36 ק"מ דרום-זייט פון באר שבע, און 35 ק"מ מערב-זייט פון ים המלח, אין דעצעמבער 2005 איז די באן אויסגעברייטערט געווארען ביז דימונה, מיטען ציהל (אין א גראנדיעזע פראיעקט וואס די ישראל-רעילוועיס - רכבת ישראל האט אינטערגענימען) עס אויסצוברייטערן ביזן ווייטען דרום אילת.
איינע פון די דערמאנונגען אז מ'וואינט נעבען א נוקרעאלע פלענט, איז געווען אוגוסט 2004 ווען "לוגאל" א טאבלעט וואס מינימיזירט די קאנצעקווענצען פון א ראדיו-אקטיוו ארויסרין, איז אויסגעטיילט געווארען פאר אלע איינוואינער, טייל זאגען אז ס'איז געווען דעמאלט'ס א ארויסרינונג, נאר די רעגירונג האט נישט געוואלט דערשרעקען די מענטשען, און געזאגט אז ס'איז נאר א באווארענונג.
- דער בירגערמייסטער פון שטאט איז מאיר כהן.
אום אל-פחם | אופקים | אור יהודה | אור עקיבא | אילת | אריאל | אשדוד |אשקלון | באקה-ג'ת | באר שבע | בית שאן | בית שמש | ביתר עילית | בני ברק | בת ים | גבעתיים | דימונה | הוד השרון | הרצליה | חדרה | חולון | חיפה | טבריה | טייבה | טירה | טירת כרמל | טמרה | יבנה | יהוד | יהוד-מונוסון | ירושלים | כפר סבא | כרמיאל | לוד | מגדל העמק | מודיעין-מכבים-רעות | מעלה אדומים | מעלות-תרשיחא | נהריה | נס ציונה | נצרת | נצרת עילית | נשר | נתיבות | נתניה | סחנין | עיר הכרמל | עכו | עפולה | ערד | פתח תקווה | צפת | קלנסווה | קריית אונו | קריית אתא | קריית ביאליק | קריית גת | קריית ים | קריית מוצקין | קריית מלאכי | קריית שמונה | ראש העין | ראשון לציון | רהט | רחובות | רמלה | רמת גן | רמת השרון | רעננה | שגור | שדרות | שפרעם | תל אביב-יפו |
די ארטיקל איז אין מיטן באארבייטן, ביטע העלפט דאס פארברייטערן (זעט די רעדן-בלאַט) (ליינט מער) איר קענט זעהן די אינטערשפראך לינקס וואס מען קען אלס נאך איבערטייטשן מער איבער דעם ענין. |