די בלעטעלע (יום טוב הערליך)
פֿון װיקיפּעדיע
אויב איר קלערט אז עס איז יאָ פּאַסיג, ביטע צייכנט דאָס אָן אין זיין רעדן-זייט, אַנדערשט, קען מען איר אין א וואָך אַרום אויסמעקן
סיבה: נאכן אריבערפירן צו וויקיביבליאטעק
די בלעטעלע געזונגען דורך יום טוב הערליך
שטייט א בוים אין מיטן וועג
מיט די צווייגן ארויסגעשטעקט
און א בלעטעלע רייסט זיך אפ
און עס פאלט אראפ
גייט א צדיק אויפן וועג
און די בלעטעלע גיט א פרעג
פארוואס ביסטו פון בוים אוועק
און ליגסט אין מיטן וועג
זאגט די בלעטעלע איך ווייס נישט וואס
איך בין נישט דער בעלהבית
מיין צווייג האט פלוצלינג זיך צו בעלאזט
און איך האב געבלאזט
צווייגל צווייגעלע בעלהבית
אפשר זאגסטו מיר פארוואס
דו האסט פלוצלינג זיך צעוויגט
און די בלעטל אראפגעפליגט
זאגט די צווייגעלע איך ווייס נישט וואס
איך בין נישט דער בעלהבית
דער ווינט האט פלוצלינג זיך צובלאזט
און די בלעטל אראפגעלאזט
זאגט דער ווינט איך ווייס נישט וואס
איך בין נישט דער בעלהבית
מיין מלאך האט מיר ארויסגעלאזט
און איך האב געבלאזט
מלאך מלאכ'ל בעלהבית
אפשר זאגסטו מיר פארוואס
דו האסט דער ווינט ארויסגעלאזל
און ער האט געבלאזט
זאגט דער מלאך איך ווייס נישט וואס
איך בין נישט דער בעלהבית
דער בעשעפער פון דער וועלט
האט מיר אזוי באפעלט
בעשעפער גרויסער בעלהבית
אפשר זאגסטו מיר פארוואס
א קליינע בלעטעלע רייסט זיך אפ
און עס פאלט אראפ
און דער בעשעפער ער אליין
גיט דעם צדיק צו פארשטיין
הויב די בלעטעטלע אויף פון ארט
און א קוק גיב דארט
דארט ליגט א ווערימל דאר און קליין
האט נישט קיינעם גאנץ אליין
האט ער געבעטן באשעפער באשיץ
איך האלט נישט אויס די היץ
האב איך דעם מלאך גלייך געזאגט
הא ער דעם ווינט ארויסגעיאגט
האט ער די צווייגעלע צובלאזט
און די בלעטל אראפגעלאזט
מיטן ווערימל אויפן פעלד
און פאר אים די זון פארשטעלט
און דער קליינער ווערימל איז
איינגעשלאפן זיס.