װיקיפּעדיע:דריי-מאל צוריקדרייען
פֿון װיקיפּעדיע
![]() |
דער בלאט איז אן אפיציעלער פאליסי בלאט פאר דער יידישער וויקיפעדיע. עס איז ברייט אנגענומען דורך שרייבערס און עס איז ראטזאם נאכצופאלגען די אנווייזונגען דערינען. אויב ווילט איר ענדערן פאליסיס אין דעם בלאט, מאכט זיכער אז עס איז דא אויף אייערע טוישונגען א קאנצענזוס. אויב האט איר א ספק דאן רעדט עס דורך אויפ'ן רעדן בלאט. און אויב ווילט איר אפשרייבן נייע שכל'דיגע פאליסיס מוז דאס זיין פאסעדיג צו די הויפט ענגלישע וויקיפעדיע (און\אדער היברו וויקיפעדיע) פאליסיס. |
דריי מאל צוריקדרייען איז א פאליסי צו פארמיידן איבעריגע און ענדלאזע עדיט מלחמות און קומן צו א שנעלע שליכטונג עס זאל הערשן שלום און צוזאמענארבייט אין וויקיפעדיע.
דאס איז אויף א גאנצער ארטיקל און אויך בלויז אויף א קליינער טייל.
געדענקט: איר זאלט אייביג און איר מעגט אייביג עדיטן און ענדערן וויפל איר ווילט (וכל המרבה הרי זה משובח...) אבער צוריקדרייען צו א פריערדיגע ווערסיע פון אן ארטיקל טארט איר נישט מער ווי 3 מאל אין משך פון 24 שעה. אפילו דער אנדערע מעקט און דרייטצוריק.
געדענקט נישט צו זיין א סאקפאפעט און צוריקדרייען מיט אנדערע נעמען.
לויט די אומשטענדן קען אייך א סיסאפ בלאקירן פאר צייטווייליג אויב ברעכט איר דעם פאליסי.