יונג יידיש
פֿון װיקיפּעדיע
ביטע לייגן אינטערשפראך לינקן (פֿארבינדונגען), קודם צו דער הויפט וויקיפעדיע (דער ענגלישער וויקיפעדיע) און\ אדער דערנאך צו דער העברעישער וויקיפעדיע
יונג יידיש איז א געזעלשאפט פון א גרופע מיט יונגע טעטיקערס וואס זייער ציל איז צו אנהאלטן די יידישע שפראך זאל נישט פארניכטן ווערן. געגרינדעט און אנגעפירט פונעם קינסטלער מענדי קאהן, פארמאגט אן אייגענעם לאקאל. דארט קומען פאר קאנצערטן, אויסשטעלונגען, יום טובדיקע אימפרעזעס ווי אויך יידיש-לימודים, מיט וועלכע פירט אן דער לערער פון העברעישן אוניווערסיטעט חנן בארדין.
די געזעלשאפט פארמאגט מיט צוויי גרויסע ביבליאטעקן: איינע אין איר אייגענעם לאקאל, די צווייטע אינעם לייוויק הויז אין תל אביב. א טייל זיינע אימפרעזעס קומען פאר אין שלום עליכם הויז אין תל אביב און אויף יערלעכע קלעזמארים-פעסטיוואלן אין צפת.