יוסף דוב הלוי סולאווייציק
פֿון װיקיפּעדיע
הרב יוסף דוב הלוי סולאווייציק (הגרי"ד אדער הרי"ד), געבוירען י"ב אדר תרס"ג, 1903 - י"ח בניסן תשנ"ג, 9 באפריל 1993, א רב, א פיליזאף, פון די אהנפירער'ס פון מזרחי, און פון די פירער'ס פון די ארטאדאקסישען אידענטוהם אין אמעריקע
געבוירען אין בעלערוס געלערנט אין וואלאזין און אויסגעטראפען די בריסקער דרך הלימוד וועג אוין לערנען, ביי די 22 געגאנגען שטודירען אין יוניבערסעטי אין בערלין די עיקר האט ער געלערנט פיליזאפיע, אין 1932 באקומען די באשיינונג אין די צייט האט ער אויך געלערנט א יאהר אין די סעמינאר פאר רבנים אין בערלין באקענענדיג זיך מיט די בערלינער שיטה פון תורה מיט דרך ארץ.
און 1931 האט ער חתונה געהאט און אין 1932 איז ער געפארען קיין אמעריקא קיין באסטאן דארט איז ער אויפגענימען געווארען אלץ רב אנקלאפענדיג זיך אין אומוויסענדהייט און אפגעפרעמדעטקייט פון אידישקייט פון די אמעריקאנער אידן ער האט געפענט א תלמוד תורה, אין 1935 איז ער געגאנגען באזיכען ארץ ישראל ער האט זיך דארט געטראפען מיט הרב קוק אין די צייט פון זיין באזוך איז ער געלאפען פאר די שטעלע פון רבנות און תל אביב אבער נישט געווינען הרב משה אביגדור עמיאל איז ערוועלט געווארען דאס איז די איינציגסטע באזיך זיינע אין ארץ ישראל און 1959 האט ער נישט געוואלט לויפען פאר'ן רבנית אמט פון ארץ ישראל רב הראשי אפילו ס'איז געווען א זיכערער געווינס,
נאך זיין טאטען'ס טויט הרב משה סולאווייציק אין 1941 האט ער איבערגענימען די ישיבה איוניבערסעטי און דארט איז ער געזיצען 40 יאהר געבענדיג שיעורים און אנפאנג אין אידיש אין טוישענדיג צו ענגליש און 1960, ער איז געווען אקטיוו אין די רבנים ארגעניזאציע פון אמעריקא די (RCA)
נאכען שואה איז ער געווארען די פירער פון מזרחי ביז זיין לעצטען טאג, צוביסלעך איז ער געווארען די ענדגילטיגער פירער פון די מאדערן ארטאדאקס שטרעמונג, און טויזענטער האבען געשטראמט צו זיינע שיעורים, ווי ער פלעגט אסאך ניצען פיליזאפישע געדאנקען
[בעאַרבעטן] וועבלינקס
שיעורים (בפורמעט ram) אויף פורים און מגילת אסתר, חלק א, וחלק ב.