יעקב שמעון כהן
פֿון װיקיפּעדיע
יעקב שמעון כהן הייסט אויך יעקב שמעון פויגל, ער דאווענט ביי די מלאכים שול, און וויליאמסבורג, וואס זיי זענען אלטע ארגינעל חבד חסידים וואס האבן זיך אפגעטיילט פון ליובאוויטש נאך ביים ריי"ץ, אויך איז ער דער אונטערשרייבער אויף אלע שטאטישע פראגראמן פאר 82 ליע עוועניו די הויפטקווארטיר פון די סאטמאר וויליאמסבורג מוסדות.
זונטאג פרשת וארא תשס"ז לפ"ק האט מען אים ארויסגעווארפן פון 82, און געברענגט גארדס, נאכדעם וואס פון די באורד און הנהלת הישיבה זוכט מען אים שוין א לענגערע צייט ארויסצווארפן פון דארט, אבער מען האט זיך נישט געקענט גרינג א עצה געבן מיט אים אויף א שיינעם אופן, דעריבער ווען ער איז די וואך געפארן אויף אפרוה אויף שבת פרשת שמות תשס"ז קיין שווייץ, האט די הנהלת הישיבה געפונען א גלענצענדע געלעגענהייט, אדורך פירענדיג אן אבלאווע אויף זיין אפיס, אויפטוישענדיג אלע שלעסער, און אהינברענגענדיג גארדס אכטונג געבן אז ער זאל זיך נישט צוריקכאפען.