מעכל אבערלענדער
פֿון װיקיפּעדיע
ר' מעכיל אבערלענדער איז א גרויסער עושר פון אויל [1][2], ריעל עסטעיט, און פון אנדערע פארצווייגטע געשעפטען. ער איז ראש הקהל אין פאפא וויליאמסבורג. ער איז באקאנט אויף ענגליש אלץ Herman Oberlander.
ער איז געגאנגען אין געריכט און האט זיך ארום געשלאגען יארן לאנג מיט אן א שיעור אידען, ובתוכם מיט זיינע אייגענע ברודער ר' שמואל אבערלענדער, ר' מרדכי אהרן אבערלענדער און ר' עמרם אבערלענדער, וואס לויט אים האבן זיי אים באגאנבעט און לויט זיי האט ער זיי באגאנבעט. טייל מאל איז די פסק פון געריכט געווען לטובתו, און טייל מאל איז עס געווען לטובתם.
עס איז ארויסגעקומען אויף אים סירובים און התראת סירובים פון אפאר בתי דינים ובתוכם פון טארטקוב'ער בי"ד און פון בי"ד בית יוסף נובארדאהק. אבער ער האט אויך געווינען אסאך דין תורה'ס לטובתו.
ער איז א ברודער פון דעם ארונים ווייס פרעזידענט ר' שמואל אבערלענדער.
ער איז פאקטיש בעל הבית אויף אסאך בנינים פון פאפא מוסדות אין וויליאמסבורג און אין מאנסי, ווייל ער מיט זיינע זוהן פיגורורען אלץ די מערהייט טראסטיס אויף די פאפא קאנגעגרעישאן'ס, און אויך אויף זיינע אייגענע און קינדערס הייזער צאלט ער נישט קיין שטייער ווייל עס פיגורירט אין די שטאטישע ביאראס אלס נאן פראפיט מוסדות.