מעריב
פֿון װיקיפּעדיע
צו מיינט איר די מעריב (צייטונג)?
ערבית אדער מעריב איז דער תפילה וואס אידן דאווענען ביי דער נאכט.
די תפלה האט די ערשטע געדאווענט יעקב אבינו אויפן וועג ווען ער איז אנטלאפן פון עשו קיין פדן ארם, אונעם ארט בית אל, אזוי ווי דער פסוק זאגט אין פרשת ויצא, "וַיִפגַע בַּמָקוׁם", דרשנען חז"ל אז יעקב אבינו האט געדאווענט תפילות ערבית.
חז"ל זאגן אז די תפילות איז קעגן די קרבנות וואס מען האט מקריב געווען אין ביהמ"ק, ווייל אין די תפילות ווערן דערמאנט די קרבנות וואס מען האט מקריב געווען יעדן טאג, און די פסוק זאגט וּנְשַלמָה פָרִים שְׂפָתֵינוּ, דאס מיינט מיר וועלן מקריב זיין שטירן מיט אונזערע לעפצין, און תפילות ערבית איז קעגן די געדערים אין פעטנס (חלבים ואמרים) פון די קרבנות וואס האט געברענט א גאנצע נאכט, ווייל קיין שום אנדערע קרבן האט מען נישט געטארט מקריב זיין ביינאכט.
אויך זאגן חז"ל אז אט די תפילה איז א רשות, דאס מיינט אז נאר אויב מ'וויל קען מען דאס דאווענען, אנדערש ווי די תפילות שחרית און מנחה וואס איז א חובה.
אבער אין שולחן ערוך שטייט אז כלל ישראל האבן זיך עס מקבל געווען ווי א חובה, דעריבער מוז מען עס דאווענען.
סדר פון וואכעדיגע דאווענען |
תפילת שחרית - ברכות השחר | קרבנות | פסוקי דזמרה | קריאת שמע | שמונה עשרה | חזרת הש"ץ, קדושה און ברכת כהנים | תחנון | קריאת התורה | אשרי יושבי ביתך | למנצח | קדושה דסידרא | שיר של יום | פיטום הקטורת | עלינו לשבח תפילת מנחה - קרבנות | אשרי יושבי ביתך | שמונה עשרה | חזרת הש"ץ און קדושה | תחנון | עלינו לשבח תפילת ערבית - קריאת שמע | שמונה עשרה | עלינו לשבח | קידוש לבנה |