נפתלי בלומענפעלד
פֿון װיקיפּעדיע
ר' נפתלי בלומענפעלד איז די אפיציעלע מנהל רוחני אין די קווינס ישיבה.
אינהאַלט |
[בעאַרבעטן] יום הולדת
ר' נפתלי איז אנגעבליך געבוירן געווארן אין טאג פון כ"ו אב שנת תשט"ז לפ"ק, פונקטליך 23 יאר פארן פטירה פון מרן רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע, פארגאנגענעם כ"ו אב תשס"ו איז ער אדורך געגאנגען דעים בן חמשים לבינה.
זיין געבורט'ס ארט איז די שטאט בני ברק, ארץ ישראל; צו זיין פאטער ר' שלמה בלומענפעלד ז"ל, וואס איז נפטר געווארן אין די מ' יארען.
[בעאַרבעטן] ימי בחרותו
אלץ בחור האט ער געלערענט אין די ישיבה גדולה תורה ויראה ד'סאטמאר סאנדז סט., און פון דארט איז ער א חתן געווארן ביי הרב עזריאל גליק שליט"א געוועזענע משב"ק ביי מרנן רבותינו הק' מסאטמאר זי"ע, און חתונה געהאט אין עלטער פון לערך 18-19 יאר, דאס קומט אויס בשנת תשל"ד-ה לפ"ק.
דערנאך איז ער פאר פילע לאנגע יארן איז ער געווען א מגיד שיעור אין ישיבה לצעירים דרבינו יואל מסאטמאר וויליאמסבורג, צוזאמען מיט הרב זלמן לייב טייטלבוים שליט"א סאטמארע רבי פון וויליאמבורג, און דארט האט זיך אנגעהויבען זיין גאנצע קארעריע.
[בעאַרבעטן] מנהל קווינס ישיבה
געווען איז דאס אין יאר תשנ"ט נאך די קאנטראווערסיאנעלע התמנות פון סאטמארע רבי הרב זלמן לייב טייטלבוים שליט"א אלץ רב ור"ם סאטמאר וומסב"ג, טראץ די גרויסע קעגנערשאפט פון דעמאלסטיגע רוב תלמידים אין ישיבה לצעירים ווי ר' נפתלי האט דעמאלטס געדינט אלץ מגיד שיעור, ווי באקאנט איז יענע זוממער אין בחורים קעמפ דערילענד - ניו יארק פארגעקומען געפערליכע מהומות און ווילדעווערייען דורך די בחורים קעגן די הנהלת הישיבה והקעמפ וואס איז מיטגעשטאנען מיטן התמנות, אזוי ווייט אז ס'האט דאן געהערשט א ריכטיגע כאַאָס, דעמאלטס האט ער זיך גאר שטארק צוגעשטעלט צו הרב זלמן לייב טייטלבוים שליט"א, און געהאלטען א פייערדיגע דרשה פאר די בחורים אז ווער עס וויל זיך נישט צושטעלן זאל זיך גיין פון דא!. בתוך הדברים האט ער דערמאנט אז באמת ווי עס איז באקאנט פאר יעדעם האט ער גארנישט מיטן גאנצען קאנפליקט, אדרבא ער איז גאר גוט אויך מיט רבי אהרן טייטלבוים, און ער גייט צו זיינע טישען שטענדיג, נאר אזוי ווי דער רבי [דער בעל ברך משה] האט אריינגערופען אלע איינגעשטעלטע אין ישיבה און פערזענליך איבערגעגעבן דעת קדשו אז ער וויל דעים רבי זלמן לייב'ן דאהי אין וויליאמסבורג מוז מען עס אויספאלגען, און ווער נישט וועט מען ארויסווארפען!
מ'זאגט נאך אז ער האט פערזענליך אנגערופען הרב זלמן לייב אין ירושלים בעטן אז ער זאל אריבערקומען קיין וומסב"ג, אבער הרב זלמן לייב האט אפגעזאגט ווייל דארט האט ער א ישיבה און דא נישט, האט אים ר' נפתלי צוגעזאגט אז ער וועט אים שטיין צו די האנט בכל התוקף אז ער זאל אויך דא האבן א ישיבה.
וכך הוה טאקע, און חורף תש"ס לפ"ק ווען מ'האט געגרינדעט די ישיבה גדולה ד'סאטמאר וומסב"ג דאן לאקירט געווען אויף טאראנטאן פלעיס אין פארעסט היללס קווינס, ניו יארק; איז ער געווארן די אפיציעלע מנהל רוחני פון די ישיבה, א אמט וואס ער פארנעמט ביז היינט צוטאגס מיט א תקיפות און א יד רמה.
[בעאַרבעטן] הנהלת הישיבה
זייער אסאך עלטערן - און ווי אויך איינגעשטעלטע אין ישיבה - האבן שטארקע תרעומות און טענות צו ר' נפתלי איבער זיין אויפפירונג און זיין שטייפקייט ווען עס קומט צו באהאנדעלען בחורים, און ווי באקאנט אין קווינס ישיבה אז בין-הזמנים איז ר' נפתלי'ס צייט זיך אפצורעכענען מיט יעדן בחור באזונדער אין א ספעציעלען באשטימטען פלאץ, און אפירצוהאלטען איבער די מעשים טובים פון אגאנצען זמן, און אריינגעבן א מוסר פארציע און א ווארענונג אז דאס זאל מער נישט פארקומען.
ר' נפתלי מיט זיין פאטריאכאלישע צורה מיטן שניי ווייסען בארד איז באקאנט מיט אנווארפען א ציטער אין א שרעק אויף די בחורים פיל מער ווי סיי ווער, און בעיקר איז עס נוגע די בין הזמנים טעג ווי דערמאנט.
[בעאַרבעטן] מחנה דברי יואל
אין די זוממער ווען די ישיבה ציט זיך אריבער אין קעמפ וואס איז סטאנציאנירט אין סוואן לעיק, ניו יארק; דעמאלטס איז ר' נפתלי'ס שווערסטע צייטן פון יאר אנצופירען די ישיבה, דעמאלטס דרייט ער זיך ארום ממש מיט'ן קאפ אראפ, ביז ער "שוויצט אדורך" דעים זוממער, ווי ר' נפתלי דרוקט זיך אויס גאר אפט.
והיה מחניך קדוש
איינער פון זיינע באקאנטסטע פראיעקטן איז די "והיה מחניך קדוש" קאמפיין וואס האט זיך געגרינדעט אין די זוממער יאר תשס"ה לפ"ק, בעיקר מיט צוקויפענדיג ספעציעלע טרעקלעך [גאלף קאר'ס] פאר די משגיחים אין ישיבה נאכצוגיין די בחורים אין די פארשטופטע וועלדער וואס איז דא גאר אין אסאך דארט אין קעמפ, אויך איז איינגעהאנדעלט געווארן ספעציעלע גרויסע לעקטער'ס וואס שיינט אזוי שטארק ווי 10,000,000 [10 מיליאן] ליכט אינאיינעם, אריינצושיינען אין די טיפע וועלדער און ווי אימער עס פעלט זיך אויס.
אנגעפירט דעים פראיעקט האט בעיקר די משגיח ר' אהרן ווייס און ר' אברהם וואלף שטויבער, די לעצטער איז באקאנט אין אנפירען א שטארקע ראלע אינעם ועד הצניעות אין זיין היימשטאט קרית יואל.
[בעאַרבעטן] בעל דרשן
ר' נפתלי איז באקאנט ווי איינער וואס האט גלייכט זייער צו רעדן און האלטן דרשות פאר א ציבור, ובפרט בגודל מעלות לימוד התורה, ובפרט גרויסט ער זיך נאכצוזאגן פילע שטיקלעך מהר"ל און רבי צדוק'ס, אויסצוקוקען פאר די נעבאכדיגע בחורים'ס אויגען ווי עפעס א טיפע דענקער.
צווישן די שטערקסטע מתנגדים צו ר' נפתלי'ס ווירטשאפט ווערט טיילווייז פאררעכענט ר' לייבוש טייטלבוים משפיע רוחני ומנהל כללי בוקר וערב אין ישיבה, וואס האט שטארקע טענות איבער זיין קאלטקייט ווען עס קומט צו אידישקייט ענינים, ובפרט וואס האט צוטוהען בנוגע אויפשטיין פארטאגס, וואס איז זייער נאכגעלאזט אין די היינטיגע ישיבה וועלט, און אזוי אויך אין די סאטמארע ישיבה גדולה שוין זינט איר גרינדונג, ווי באקאנט.
אבער די שטערקסטע רוקען ביין פאר נפתלי איז די סאטמארע רבי הרב זלמן לייב טייטלבוים שליט"א, וואס איז אים שולדיג גאר א גרויסן הכרת הטוב, אבער אפילו ער האט נישט צו קיין שטארקע ווארט אויף אים, ווייל ווען ער פרובירט עפעס צו פארלאנגען קומט צוריק אן ענטפער: "איך קען נישט אזוי פירען א ישיבה, אז דו ווילסט, דא האסטו די שליסלעך און פיר דו די ישיבה אזוי ווי דו פארשטייסט...", און פארשטייט זיך אז מיט דעים ענדיגט זיך עס.