עמרם בלוי
פֿון װיקיפּעדיע
ר' עמרם בלוי ז"ל (געבוירן 1900 אוועק 1974) דער גרינדער פון די נטורי קרתא, איז א ירושלימער איד וואס האט געקעמפט טאג און נאכט קעגן די פרייע חילול שבת אין ירושלים און אלע פרייע פרצות וואס האט זיך דארט אפגעטאן.
ער פלעגט אלע מאל רעדן בראש המערכות צי איז דאס געווען אקעגן גיוס בנות, אדער די שווים באסיין, די נאכט לאקאל, וואס די פרייע האבן געוואלט בויען אין מאה שערים, אדער חילול שבת.
מ'האט אים פיל מאל ארעסטירט אין תפיסה צוליב זיינע אגיטאציעס אבער דאס האט אים נישט אפגעשוואכט פון זיינע מערכות אדרבה דאס האט אים געגעבן חיזוק אנציגיין אויף ווייטער.
אין תפיסה זענען אים געקימען באזיכען גדולי ישראל אים צי מחזק זיין און ווייזען סימפאטישקייט פאר זיינע מערכות ובתוכם דער חזון איש ז"ל. אין ווען מען האט אים געברענגט אין געריכט האט ער אויסגעשריגען איני מכיר אין די געריכט, אין עס האט נישט געהאלפען קיין באנקעס.
זיין ברודער איז געווען דער אגודת ישראל עסקן אין ארץ ישראל ר' משה בלוי ז"ל.
ער האט סוף יארן חתונה געהאט מיט א גיורת מיטן נאמען "רות" און זיינע קינדער זיינען געלאפען צו רבנים זיי זאלן ביי אים פועלן, נישט חתונה האבן מיט איר, אבער ער האט מגלה געווען פאר רבי יואל טייטלבוים מסאטמאר זי"ע זיין טעם, און רבנים האבען אים פארשטאנען, אבער די חברי הביד"ץ דהעדה החרדית האבן אים אריינגעלייגט אין חרם דערפאר.
נאך וואס ער האט חתונה געהאט מיט די גיורת האט ער געמוסט אפלאזן זיין געבוירן-שטשט ירושלים און איז געגיינגען וווינען אין בני ברק.
קאַטעגאָריעס: רבנים | עסקנים | קנאים