קול מבשר
פֿון װיקיפּעדיע
קול מבשר איז א האטליין ליניע וואס גיבט איבער נייעס און וויכטיגע אינפראמאציע דורכ'ן טעלעפאן פאר'ן היימישן ציבור. עס איז איבערהויפט פאפולער ביי די אידן וואס הערן נישט קיין ראדיא.
עס האט אויך אסאך אפטיילונגען, ווי עצות, רעסעפיס, לאטערי, אינטערוויוס, און נאך. אין קאנטרי סיזען איז געווען דארט אפילו פונקטליכע אנווייזונגען ווי און וויאזוי מ'דרייט זיך ארויס פון טרעפיק ווען ס'איז געווען
דער אנפירער און רעדנער איז זלמן ווידער, וועלכע גיבט איבער קורץ די באריכטן אן קיין אריינגעמישטע פאליטיק. ווידער וואוינט אין וויליאמסבורג, און איז א נעפיו פון שמואל ווידער, דער רעדאקטאר פונעם צייטונג דער בלאט.
[בעאַרבעטן] אויפן אינטערנעט
דער הויפט ניק פון היימישע קרעטשמע, איינער וואס רופט זיך קרעמער לייגט ארויף יעדן אינדערפרי די נייעס נאכגעטייפט ווארט אויף ווארט וואס ווערט פאגעזאגט אויף קול מבשר, די לעצטערע צייטן איז עס געקומען צו א סוף צילוב א מאנגעל און צייט פון דעם קרעמער
[בעאַרבעטן] קריטיק
די קריטיק וואס איז דא קעגען דעם איז: אז די יונגלעך און בחורים האבן צוטריט דערצו, וואס אפילו א טאטע וועלכע לאזט נישט אריין קיין צייטונגען און שטוב ווייל לויט זייער מיינונג מוזן די קינדער נישט זיין אינפארמירט מיט אלע טאג טעגליכע געשעענישן, ביי קול מבשר קען ער נישט אפשטעלן דער זון וועלעכע קען עס רופן ווען אימער..
די נייעס אויף קול מבשר ווערט איבער געפרישט צוויי מאל א טאג. .
[בעאַרבעטן] נומער
דער נומער איז 212.444.1100
קול מבשר • קו הציבור • קול החרדי • אז נדברו• קול הדור האחרון • קול חוצב להבות אש • קול סאטמאר • לשון הרע • נטורי קרתא • זקניך ויאמרו לך • קול הלשון (דף היומי) • ישיבה וועלט • נטרונא • הכל בסדר • מקווה האטליין (ר' נחום ראזענבערג) • אליהו אמסעל