שפראכן קריג
פֿון װיקיפּעדיע
די ארטיקל איז אין מיטן באארבייטן, ביטע העלפט דאס פארברייטערן (זעט די רעדן-בלאַט) (ליינט מער) איר קענט זעהן די אינטערשפראך לינקס וואס מען קען אלס נאך איבערטייטשן מער איבער דעם ענין. |
אין אנהייב די 20טע י"ה, 1913, אין אנפאנג די יידישע עמיגראציע קיין ארץ ישראל, האבן די ציונים אין ארץ ישראל פארארבעט מעשים אויף די יידישע אייראפעישע עמיגראנטן וואס האבן גערעדט יידיש אלס זייער מוטער שפראך, זאלן אויפהערן זיך ניצן מיט יידיש וואס פארצייכנט זייער אלטער גלות, און אנפאנגען זיך ניצן נאר מיט העברעיש. די פארלאנג איז געפאלן זייער שווער אויף די נייע עמיגראנטן. אין אנפאנג האבן זיי ממשיך געווען צו רעדן און שרייבן יידיש, אויך האבן זיי ממשיך געווען צו שרייבן יידישע ליטעראטור אא"וו, ווייל יידיש איז געווען פאר זיי זייער ווייך און עלאסיש אין באציהונג צו העברעיש וואס איבערהויפט דאן איז עס געווען אן הויכע ליטערארישע שפראך.