תשליך
פֿון װיקיפּעדיע
תשליך איז דער נאמען פון א יידשע מנהג צו גיין אין דער ערשטער טאג פון ראש השנה צו א טייך וואס איז דא דערינען פיש און דארט אוועקווארפן אלע עבירות וואס דער מענטש האט געטון א גאנץ יאר. דער מנהג האט מען ארויסגעלערנט פון די תורה: ותשליך במצולות הים כל חטאתם .
אין א ארט ווו עס איז נישטא קיין טייכן מיט פיש, מאכט מען תשליך אויך נעבן יעדע וואסער איינזאמלונג.
אויב דער ערשטער טאג ראש השנה פאלט אויס אום שבת, מאכט מען תשליך נאר ביים צווייטן טאג.