ויצא
פֿון װיקיפּעדיע
ויצא (ארויזאגענדיג: וואַיֵיצֵיי) איז דער זיבעטער פרשת השבוע פון ספר בראשית פון די תורה.
די פרשה הייבט זיך אן מיטן פסוק, וַיֵצֵא יַעקׁב מִבְּאֵר שָׁבַע וַיֵלֶך חָרָנָה , דער טייטש: "און יעקב איז ארויסגעגאנגען פון באר שבע און איז געגאנגען קיין חרן".
ווי עס קוקט אויס פון אט די פסוק, איז זייט יצחק איז אראפגעפארן קיין גרר פון חברון צוליב די הונגער, ווי געשילדערט אין פרשת תולדות, און באלד דערנאך, צוליב די קריגערייען מיט די פאסטעכער פון גרר, איז ער אריבער דערנעבן צו באר שבע, ווי די פסוק זאגט, וַיַעַל מִשָם בְּאֵר שָׁבַע איז ער שוין דארט פארבליבן. און די געשיכטע פון יעקס'ס אויסכאפן די ברכות פון עשו האט פאסירט אין באר שבע.
גרר איז ביי דרום-מזרח ארץ ישראל לעבן פלישתים. פלישתים איז היינט בערך ווי עזה איז היינט און אראפציר אריין און די היינטיגע עגיפטן, ביים ים הגדול.
באר שבע איז אויך ביי דרום ארץ ישראל, נאר מער מערב צו.
פון חז"ל זעהט מען אז באר שבע איז דער דרום גרעניץ פון ארץ ישראל, ווי חז"ל דרוקט זיך אויס "מדן עד באר שבע". דן איז גאנץ אויוון ביי צפון, בערך ווי לבנון איז היינט, און באר שבע גאנץ הינטן.
חברון איז ארויפציר פון באר שבע, און די צייטן פון די תורה איז עס געווען א וועג פון דריי טאג פון באר שבע צו חברון.
ירושלים איז בערך צווישן חברון און באר שבע מער צו מערב.
חרן איז בערך און צפון סיריע, לעבן איראק, דאס איז זייער א ווייטע וועג פון חברון און אוואדי פון באר שבע אין פרקי דרבי אליעזר שטייט אז די וועג פון חברון ביז חרן איז זעכצן טאג.
יעצט, ווען יעקב האט זיך ארויסגעלאזט פון באר שבע קיין חרן, איז עס געווען א וועג פון ניינצען טאג.
חז"ל זאגן אז אויפן וועג צו חרן איז יעקב פארבליבן פאר פערצן יאר אין די ביהמ"ד פון שם ועבר לערנען תורה.
שם ועבר זענען געווען אין ירושלים, ווי די פסוק זאגט ומלכי צדק מלך שלם , זאגן חז"ל אז ומלכי צדק איז שם און שלם איז ירושלים.
די פאלגענדע געשיכטעס ווערן געשילדערט אין די פרשה:
- יעקב, אויפן וועג קיין חרן, לייגט זיך שלאפן אןיף דער ערד, ער נעמט ארום זיין קאפ מיט שטיינער, ער שלאפט איין און חלומ'עט ווי א לייטער ליגט אויף דער ערד און דער שפיץ גרייכט ביזן הימל און מלאכים גייען ארויף אין אראפ. יעקב דערוויסט זיך אז ער איז אויף אן הייליג ארט.
- יעקב קומט אן קיין חרן, באזעצט זיך ביי זיין מאמעס ברודער לבן. ער ארבעט פאר איהם מיט די בהמות.
פרשת השבוע |
ספר בראשית: בראשית | נח | לך לך | וירא | חיי שרה | תולדות | ויצא | וישלח | וישב | מקץ | ויגש | ויחי ספר שמות: שמות | וארא | בא | בשלח | יתרו | משפטים | תרומה | תצוה | כי תשא | ויקהל | פקודי ספר ויקרא: ויקרא | צו | שמיני | תזריע | מצורע | אחרי | קדושים | אמור | בהר | בחקותי ספר במדבר: במדבר | נשא | בהעלותך | שלח | קרח | חוקת | בלק | פנחס | מטות | מסעי ספר דברים: דברים | ואתחנן | עקב | ראה | שופטים | כי תצא | כי תבוא | נצבים | וילך | האזינו | וזאת הברכה |